בערלין – דייטשע זיכערהייט אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט צענדליגער רעגירונג איינגעשטעלטע, אריינגערעכנט אזעלכע וואס דינען אין די דייטשע פאליציי און מיליטער, וואס באלאנגען צו עקסטרעם רעכטע און נעא-נאצישע גרופעס. לויט דאקומענטן וואס די דייטשע צייטונג “דער שפיגל” האט געלייגט דערויף א האנט, ווערן די צענדליגער רעגירונג איינגעשטעלטע באשולדיגט אין באלאנגען צו א נעא-נאצישער גרופע, וואס רופט זיך “רייכסבירגער”, וואס לייקנט דעם עקזיסטענץ פון דעם יעצטיגן דייטשלאנד, און האלט אז די נאצישע דריטע רייך האט ווייטער אנגעהאלטן אפילו נאכ’ן ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג.
אין דער דייטשער שטאט בערן, זענען 11 מיטגלידער פון די ארטיגע סטעיט פאליציי אונטער אויספארשונג, פאר’ן באלאנגען צו דער גרופע, און 5 פון די 11 זענען שוין סוספענדירט געווארן פון זייערע פאזיציעס. אויסער דעם זענען דא 11 פון די זעלבע קעיסעס אין די דייטשע פעדעראלע פאליציי, און 5 קעיסעס אין דעם דייטשן מיליטער.