ניו יארק – אן ארטאדאקסישער איד איז איבערגעפאלן און אטאקירט געווארן אויף א שרעקליכן פארנעם, בשעת’ן אהיימשפאצירן פון דאווענען שבת מיטאג. דאס איז שוין די צווייטע אזא אטאקע אין צוויי שבתים אין א צי, און לויט ווי די לאקאלע עסקנים געבן איבער, האט די אטאקע פאסירט ארום 1:30 שבת מיטאג, ווען דער איד איז געווען אויפ’ן וועג אהיים פון שוהל, און האט באגריסט א גוי וועלכער איז געשטאנען און גערויכערט, זאגנדיג יענעם א פריינטליכן “גוטן נאכמיטאג”. דער גוי האט זיך באלד אויפגערעגט און גענומען שרייען “איר פאלשע אידן! פאר וועמען זאגסטו העלא? איר זענט פאלשע אידן, איר האט גע’גנב’עט מיין גאנצע געלט און מיר בארויבט מיין הויז און מארטגעדזש! איך וויל ענק הרג’נען!” דער איד האט אנגעהויבן אוועקשפאצירן, אבער דער גוי איז אים נאכגעלאפן און אים אנגעהויבן שטארק שלאגן און שטיקן, ביז שכנים זענען אנגעקומען און דער גוי איז אנטלאפן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.