שענסטע גראסערי אין שטאט שטייט גרייט אייך צו סערווירן מיט די בעסטע סערוויס, ביליגסטע פרייזן, און גרעסטע אויסוואל
(באצאלטער ארטיקל)
מאנטרעאל – מיט פרייד און איבערראשונג האט די שטאט מאנטרעאל און דארונטער די ריזיגע בעלזא חסידות אין שטאט אויפגענומען די נייעס אז כ”ק אדמו”ר מבעלזא שליט”א האט באשלאסן צו קומען אויף אן היסטארישער באזוך נאכן נישט דארט באזוכן פאר איבער 20 יאר. די בעלזא קהלה און מוסדות אין מאנטרעאל איז זיך דאן הערליך צואוואקסן און פארברייטערט און איז א שטאלץ פאר אידן אין שטאט.
מען הערט יעדן טאג פון נאך מאסיווע פראיעקטן און איינריכטונגען וואס ווערן געמאכט צו אויפנעמען דעם גרויסן גאסט און זיינע טויזענטער באגלייטער וואס קומען מיטהאלטן די שיינע טעג פון איבעראל.
באזונדער שפירן די אייגנטומער פון די באקאנטע נייע פודערי געשעפט אין מאנטרעאל א זכיה צו אויפנעמען דעם גאסט, זינט וואס ס’איז געווארן באשטעטיגט אז דער רבי וועט פירן טיש אין נאנטן שכינות, און שרייבנדיג די שורות טוט זיך העפטיגע ארבעט אין די גיגאנטישע פארקינג לאט פון דעם געשעפט ווען מען רייניגט אפ דעם פלאץ ווי מען וועט אויפבויען א ריזיגער טענט און אויסרישן דעם אכסניא פון רבי’ן שליט”א אין די דערנעבנדע געביידע פון ישיבת ים התלמוד.
וואס איז פודערי?
יעדער איז באקאנט מיט די פאקט אז די היימישע סופערמארקעטס אין אלע היימישע געגנטער האבן גענומען פרישע שטאפלען, און עס ווערן היינט צוגעשטעלט פארן ציבור הערליכע געשמאקע געשעפטן וואס פארמאגן אין זיך פולע אפטיילונגען פון פלייש, פיש, בעקעריי, געזונטהייט, רעסטוראנטן, דעלי און אזוי ווייטער.
מאנטרעאל איז א שטאט מיט א ריזיגער אידישער באפעלקערונג, און דעריבער האט נישט גענומען לאנג, און עס האט זיך געעפנט די טויערן פון דעם ריזן און הערליכן געשעפט FOODERIE אין די היימישע געגנט, דורך עטליכע אינגעלייט וואס האבן געוואלט געבן דעם טעם פון א געשמאקע שאפינג ערפארונג פאר די מאנטרעאלע געמיינדע.
מיט ארום א האלבע יאר צוריק האט זיך געענדיגט די רענאוואציע און אויסרישונג פון דעם הערליכן קאמפלעקס, און מיט א געשעפט וואס שמעקט פון פרישע פארב, גלאנציגע פאדלאגעס, און ריינע ציכטיגע איינרישונגען, האט מען אנגעפולט די שעלווס מיט טויזענטער פראדוקטן, פון קאנאדע און פון איבער די וועלט, אזוי אז מאנטרעאלע איינוואוינער וואס האבן דארט אריינשפאצירט האבן זיך געציפט די אויגן צו עס איז אמת וואס זיי זעען, די געשעפט איז צוגעשטעלט מיט אלעס וואס א כשר’ע סופערמארקעט נויטיגט זיך, מיט גוטע פרייזן אויף א פרעכטיגער אופן.
ווען איר שפאצירט אריין אין פודערי, טרעפט איר זיך אן אין אן אויסוואל פון פרישע פרוכטן, א הערליכער אפטיילונג מיט געטראנקען, און אויפן רעכטן זייט שטייט דער בעקעריי מיט פארשידענע געבעקסן אהערגעשטעלט און געבאקן אויפן ארט.
איר וועט דאן טרעפן אן אויסוואל פון פליישן, הארט נעבן דער “דעלי אפטיילונג” וועלכע מאכט נארהאפטיגע עפעטייזערס, מיטאג און נאכטמאל, און שטעלט אהער א הערליכער אויסוואל פון שבת דיפס און מאכלים.
ביי די פיש אפטיילונג קענט איר קויפן פרישע פישן, טונא אדער סעלמאן, און איר וועט טרעפן אן אויסוואל פון הערינג און ספרעדס, נישט געזארגט איר וועט טרעפן אויף וואס צו מאכן קידוש…
האט איר שוין אמאל געהערט פון יאקימאנע סושי? די ברענד נעים פון סושי אין מאנטרעאל, האט זיך אריינגעצויגן אין פודערי, און שטייט גרייט אייך צו לאזן איבערראשט, עס לוינט א טריפ פון איבעראל.
אויך וועט איר אין פודערי געשעפט טרעפן אן אויסוואל פון מילכיגס וואס איר טרעפט נישט אין גאנץ מאנטרעאל, איר וועט באוואונדערן די הערליכע אויסלייג, דאס זעלבע איז מיט אייזקריעם פון וואס מיר האבן אלע סארטן און געטראנקען וואס האט א באזונדערע אייל, צו אייער באקוועמליכקייט.
די פודערי קאסטומערס רעדן אלעמאל פון די הערליכע געשעפט און ווי שיין זאכן זענען מסודר, אלעמאל זענען זאכן זויבער און שפיגלדיג שיין, און עס דערקענט זיך אלעמאל די ריזיגע שטאב וואס איז ספעציעל אויפגענומען געווארן צו רייניגן און מאכן זיכער אז די איינקויפער האבן די בעסטע שאפינג ערפארונג.
מיט באזונדערע ענטוזיאזם עפנט זיך אויך אין די טעג די ערשטע היימישע פיצא געשעפט וואו מען וועט קענען קויפן אלע סארט פרישטאג און מיטאג עסן, מיר ארבעטן שווער דאס צו ענדיגן אז ווען די טויזענטער געסט קומען זאל דאס זיין גרייט אייך צו סערווירן.
צווישן שיינע ברייטע איילס, צום טאקט פון געשמאקע ספירה מוזיק, וועט איר שפאצירן צווישן די איילס מיט טויזענטער פראדוקטן, עסנווארג און נאשערייען, איר דארפט גארנישט מיטשלעפן פון ניו יארק, אלעס וועט איר טרעפן אין FOODERIE, די שטאב ווערט צוגעגרייט אויף די טויזענטער געסט וואס קומען צו אנטיילנעמען אויף דעם היסטארישן באזוך, און מיר זענען גרייט אייך צו באדינען אויפן שענסטן אופן אויף אלע אייערע שאפינג געברויכן. מיר ווארטן אייך צו זען, יהא בואכם לברכה! ולהרמת קרן התורה.