אידישע נייעס

מלחמה איבערלעבער אפעלירט צו פוילן

פוילן. – א אידישער האלאקאוסט איבערלעבער האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר די פוילישע רעגירונג אויטאריטעטן, אז דאס וואס זיי טאלערירן נעא-נאצישע און עקסטרעם-רעכטע רעטאריק, וועט ברענגען ערנסטע פראבלעמען פאר פוילן. דער איבערלעבער מאגדאלנא ווייזינסקי, וועלכער האט זיך געפונען אין לעמבערגער געטא ביים קריג, האט אויפגעטרעטן ביי א ראלי וואס האט זיך פארזאמלט אין שטאט דאנציג, פוילן, אלס א קאנטער-ראלי קעגן נעא-נאציס וואס האבן זיך פארזאמלט אפצוצייכענען היטלער ימ”ש’ס געבורטס טאג. ביים קאנטער-ראלי האט אויך אויפגעטרעטן דער מעיאר פון דאנציג, וועלכער האט געזאגט אז די וועלכע צייכענען אפ דעם געבורטס טאג, דארפן זיך שעמען צו גיין אין פובליק.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.