פענסילוועניע – אן עלטערער פענסילוועניער מאן האט נישט געהאט קיין שום וועג וויאזוי צו גיין באזוכן זיין פרוי אין שפיטאל, און האט דעריבער באשלאסן אז ער וועט אלארמירן די פאליציי און זיי בעטן הילף. דער מאדנער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין מאנטורסוויל, פענסילוועניע, וואו דער לאקאלער פאליציי הויפט דזשעף גיירינע זאגט, אז די פרוי פונעם 84 יעריגן מאן האט געהאט א מעדיצינישע עמורדזשענסי און איז אפגעפירט געווארן פון זייער היים מיט אן אמבולאנס. ווען דער מאן האט שפעטער געוואלט גיין באזוכן זיין פרוי, האט ער נישט געהאט קיינער וואס זאל אים טראגן, און האט אנגערופן די פאליציי זיי צו בעטן א רייד. גיירינע זאגט אז טראץ וואס דאס איז טאקע נישט קיין געווענליכע זאך, האט ער אבער פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון אן אויסנאמס–פאל, און האט ערלויבט א לאקאלן אפיציר אפצופירן דעם עלטערן מאן אין שפיטאל צו באזוכן זיין פרוי.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.