אידישע נייעס

יארמולקע מארש אין בערלין

דייטשלאנד – דייטשע בירגער פון פארשידענע רעליגיעס האבן נעכטן מארשירט אין די גאסן, אנגעקליידט מיט יארמולקעס אויפ’ן קאפ, אלס סימבאלישער פראטעסט קעגן דער שטייגנדיגער שנאה און האס קעגן אידן אין לאנד. “די יארמולקע פראטעסט”, וועלכע איז געווען די גרעסטע אנוועזנהייט פון יארמולקעס אין בערלין זינט בעפאר’ן צווייטן וועלט קריג, איז ארגאניזירט געווארן אלס רעזולטאט פון דער ווילדער אטאקע וואס האט פאסירט פאריגע וואך אויף צוויי יוגנטליכע, וועלכע זענען געגאנגען מיט קאפלעך אויפ’ן קאפ, וואס א סירישער אימיגראנט האט זיי ווילד אטאקירט און צעשלאגן. דער פרייער אידישער פיגור אין בערלין, דזשאוסעף שוסטער, האט אבער פארדאמט די יארמולקע פראטעסט, זאגנדיג אז אידן זאלן בכלל אויסטאן די קאפלעך, נישט צו ערוועקן אנטיסעמיטיזם.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.