אויסטראליע – א גרויסע ביבליאטעק אין אויסטראליע איז עוואקואירט געווארן, נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א שרעק פון א געפארפולן גאז ליעק, ווען עס האט זיך גענומען פארשפרייטן א שווערער גערוך אין דער גאנצער געביידע. די עוואקואציע איז פארארדענט געווארן אין דער מעלבוירן אינסטיטוט אוו טעכנאלאגיע אוניווערסיטעט, און אלעס אינאיינעם זענען זעקס הונדערט מענטשן, אריינגערעכנט שטאב איינגעשטעלטע און סטודענטן, עוואקואירט געווארן אין איילעניש. די פאליציי און פייערלעשער זענען אריין אינעווייניג און גענישטערט צו טרעפן דעם גאז ליעק, אבער זיי האבן גארנישט געטראפן, און נאכ’ן נאכגיין דעם ארט פון וואו דער גערוך האט זיך פארשפרייט, האבן זיי געטראפן אז עמיצער האט איבערגעלאזט אינעם ביבליאטעק א פארפוילטע “דוריען” פרוכט, וועלכע איז באקאנט אלס די פרוכט מיט דעם שווערסטן גערוך אין דער וועלט…
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.