אוקריינע – מתפללים וועלכע זענען געקומען פארגאנגענעם פרייטאג צום קבר פון הייליגן מהרש”א אין אוסטראה, אוקראינע, זענען שאקירט געווארן צו טרעפן אז דער ציון איז געווארן געשענדעט און שטארק וואנדאליזירט. דער הייליגער אוהל איז שטארק געשעדיגט געווארן, ווען ספרי קודש, אריינגערעכנט תהלימ’לעך און סידורים, זענען געווארפן געווארן אויף דער ערד און צעריסן געווארן, און אויסער דעם זענען די פענסטערס און די טירן געווען אויסגעשאסן און צעבויגן. אין רעאקציע צו דעם וואנדאליזם, האט די ארגאניזאציע “אהלי צדיקים”, אונטער דער אנפירערשאפט פון הרב ישראל מאיר גבאי שליט”א, וועלכער האט געבויעט דעם עקזיסטירנדן אוהל, אלארמירט די לאקאלע אויטאריטעטן און זיך געבעטן צו ברענגען די שולדיגע וואנדאלן צו יוסטיץ, זיכער צו מאכן אז אזעלכע זאכן שפילן זיך נישט איבער אינעם צוקונפט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.