ניו יארק – א ישיבה בחור איז ווילד אטאקירט און בארויבט געווארן דורך צוויי שווארצע פארשוינען, בשעת’ן שפאצירן מאנטאג נאכט אויף פרעזידענט סטריט אין צענטער פון אידישן קראונהייטס. די אטאקע האט פאסירט בשעת דער בחור האט שפאצירט פונעם “770” שוהל צו זיין אפארטמענט, און צוויי פארשוינען האבן אים נאכשפאצירט די גאנצע צייט. ווען ער האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן ווער ס’לאקערט אים נאך, איז ער איבערגעפאלן געווארן, און א צדקה פושקע וואס ער האט געהאלטן אין זיינע הענט איז פון אים ארויסגעפאלן. דער בחור האט זיך גענומען מאכן יללות, און די פארשוינען האבן זיך פאר א מינוט דערשראקן, אפשטעלנדיג דאס ווילדע שלאגן פאר עטליכע סעקונדעס, און דאן האט דער בחור באוויזן צו אנטלויפן. די צוויי שולדיגע פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן א קורצע צייט שפעטער, ווען פאליציי האבן באלאגערט דעם ראיאן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.