בוענאס איירעס – א געריכט אין ארגענטינע האט ארויסגעגעבן טורמע אורטיילן פאר מיטגלידער פון א נעא-נאצישע קרימינאלע באנדע, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין לאנגע יארן וואס מ’הערט פון אזעלכע הארבע אורטיילן פאר נעא-נאצי פארברעכנס אין ארגענטינע. די אורטיילן זענען ארויסגעגעבן געווארן אין דער שטאט מארדעל פלאטא, וואו 7 מיטגלידער פון א נעא-נאצישער באנדע זענען פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע, פאר א סעריע אטאקעס און איבערפאלן אויף מינאריטעטן איינוואוינער, אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען אנטלאפן פון באליוויע און האלטן זיך אויף אין ארגענטינע אלס פליטים, און אויך פאר אנטיסעמיטישע גראפיטי איבער דער שטאט. אן אכטער מיטגליד פון דער באנדע איז ריינגעוואשן געווארן, צוליב די ווייניג באווייזן קעגן אים.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.