אידישע נייעס אנאליזן און אבזערוואציעס

אבזערוואציעס און בליקן ביים כינוס כללי אין נעסאו-קאלאסיום

אלס איינער וואס דארף מיטהאלטן יעדע גרעסערע מעמד וואס שפילט זיך אפ אין געגנט, האב איך געשפירט אז אזא מעמד ווי דער כינוס כלל איז נישט עפעס וואס כ’קען מיר ערלויבן צו פארפאסן.

איינקויפן די געצייג

די טיקעט האב איך געקויפט ערשט אום דינסטאג, כאטש וואס אין פלאן איז געווען עס צו קויפן ערשט דאנערשטאג, די סיבה דערפון איז פשוט, כ’האב פארשטאנען אז 17,000 טיקעט’ס ווערט נישט פארקויפט אזוי שנעל… אבער זעט אויס אז דא האב איך מיר מיאוס פאררעכנט, ווען איך בין געשטאנען אין די רייע פאר די עסקנים מיט זייערע ליסטעס, איז שוין נאר געווען צו באקומען די צען דאלערדיגע טיקעט’ס.

טויזענטער חסידי סאטמאר ביים כינוס כללי אין נעסא קאלסיום

כדי צו קענען מיטהאלטן אלעס, כאטש וואס מ’האט געזאגט אז קיין סקרינס וועט נישט זיין צו האבן, איז געווען אויסגעלייגט דארט צוויי ערליי שפאקטיוון, איינס איז א קליינע פאר א דריי טאלער, און די אנדערע איז א באמבאסטישע מיליטערישע-סטיל שפאקטיוו, פאר א גאנצע פופצענער. “קאסט פרייז” זאגט מיר דער עסקן. נו, אזא איינער ווי מיר, ווען מ’קען נישט באשליסן וואס צו קויפן, האב איך געקויפט ביידע…

איך האב אויך געקויפט א באס טיקעט, וואס האט געהאט א דיסקאונט פון 10 דאלער. כ’האב געמאכט א חשבון אז 15 דאלער פארקינג, 40 דאלער גאז, און נאך 25 דאלער די טאלל, איז טייערער ווי א 20 דאלערדיגע באס טיקעט. שפעטער בין איך געוואר געווארן אז פארקינג איז גאר געווען בחינם, אבער נאכאלץ האב איך געשפארט געלט…

זונטאג, יום הכינוס
זונטאג איז שוין דער שטאט געווען איינגעהילט אין א כינוס’דיגער אטמאספערע. דער זייגער האט געקלאפט אויף 1:00, אן א לאנגע רייע פון באסעס שלענגלט זיך שוין איבער די גאס. איך האב מיר געשטעלט אין די באריגאדעס וואו דער רייע איז געפארן איינס צוויי. נאכן זיך באקוועם מאכן און ארויסנעמען דעם ביכל וואס כ’האב געקויפט צו לייענען אויפן וועג, האב מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.

אונטערוועגנ’ס האט זיך דער טראפיק פארשווערט עטוואס, ארויסבליקנדיג פון פענסטער האב איך געמערקט אז אן עקסידענט האט פאסירט צווישן א פרישער אינגערמאן און א ‘אהבת קדומים’ אידל (אזוי רופט מען ביי קהל סאטמאר ק”י די עלטערע אידן). ביידע האבן אויסגעזען היבש רואיג. דער פאליציי מאן איז געקומען צו פארן מיט א דאזע פון לעמפלעך אויף זיין דעכל, און דאן איז דער טראפיק לייכטער געווארן.

אנגעקומען!

אט קומט מען אן צום גרויסן קאלאסיום, דער באס לייגט אונז אראפ פונקט אויף די אנדערע זייט פון די אריינגאנג, און מיר מאכן א דריי פערטל הקפה ביז צום אריינגאנג, זעענדיג איבעראל אראפגעשטעלט זיכערהייט וועכטער אויף פערד, מיט שטרענגע געזיכטער.

באלד הערט מען אויסשרייען פון א מייקראפאן “יעדער זאל נאר אויספאקן די בערזל, קוינס, סעלפאונס און שליסלעך. עס האלטן ביטע אינדערויסן פון פארדעם, נישט אויפצוהאלטן די ליניע”… דארט שטייט דער פאטאגראפיסט ר’ לעטשענעווסקי מיט זיין לייטערל, און קנאקט בילדער איינס נאכן צווייטן.

שווערע טויזענטער סאטמארע חסידים פולן איבער דעם גיגאנטישן נעסאו-קאלסיום

נאכן אדורכגיין די סעקיורעטי, איז געווען אויסגעשטעלט א שורה מיט שנאר טישלעך פאר קרן הצלה, וואס זייער אפיעל קומט פאר כ’ סיון יאר יערליך, און פאר שאר ירקות וואס דארפן געלט צו באקעמפן ציונות. דערנאך האבן אפאר שוויצער’ס אויסגעטיילט די זעקלעך, אין וואס עס איז געווען א קונטרס, א תפלה-זאגער, א שפאקטיוו, אביסל צובייס און געטראנקען. איך האב אויפגעמערקט ווי אין אסאך זעקלעך האבן געפעלט די שטיקעלע מזונות, און אין די זייט וואו עס איז געווען אנגעהויפנט שאכטעלן מיט זעקלעך, שטייען פילע בחור’ליך און פרובירן צו שאפן נאך א מזונות’ל פאר זיך…

די לאנגע ליניעס צום בית כבוד איז געווען נישט מער ווי נאטורליך. עס האט גענומען א קנאפע 25 מינוט ביז מ’האט זיך דערזעהן אינדערויסן. דאן בין איך אריין אין די קאלאסיום. נאכפאלגנדיג די אנווייזונגען פונעם קארטל טרעף איך מיר אויף מיין ארט, ווען נעבן מיר זיצן צוויי בחורים, און ציטערן אוועק פון די הויכע ארט וואו זיי זענען פלאצירט.

א בליק אויפן סטאדיום

עס איז שוין 4:30 אבער מען האלט נאכנישט אין ערגעץ. די לעקטערלעך שרייען אויס מיט עקסטאז קנאישע און ציפית לישועה’דיגע סלאגאנען. פון אויבן הענגט אן אמעריקאנער און קאנאדישער פאן, און פון קעגנאיבער איז פארהאנען א גרויסע דריי שטאקישע אויבנאהן. “די קאנאדער פאן איז וועגן התאחדות הרבנים דארה”ב וקאנאדא” זאגט מיר איינער מיט א שמייכל, נישט וויסנדיג אז כ’הער עס שוין די זיבעטע מאל פאר היינט, אויסערדעם וואס ס’מיר אויך אליין בייגעפאלן דעם געוואלדיגן באמבע חידוש.

דארט אונטן באמערק איך אז עס איז אנגעגרייט א מוזיקאנט. דער גרויסער טייערער שפאקטיוו האט זיך ארויסגעשטעלט אלס קאלאסאלער דורכפאל. די דריי טאלערדיגע איז געווען א קנאק פון א זאך. אז ס’דא צייט, גיי איך ארום אבזערוורירן די מצב. עסקנים שרייען אז “מצד די סעקיורעטי בעט מען יעדער זאל זיצן אויפן פלאץ”.

התחלת המעמד

4:50 האט מען שוין געהערט עפעס פון אינעווייניג, איך יאג מיר אריין צוריק צו מיין פלאץ, און זעה ווי ר’ מרדכי אלעזר הירש הי”ו האט געעפנט די מעמד. “מען האט געפלאנט צו מאכן די מעמד אין די ניו יארק סטעיט ארמארי, וואו עס איז שוין געווען אסאך גרויסע און היסטארישע מעמדים” האט זיך געהערט ווי ער פארענטפערט זיך אז די מאנגל אין פלאץ האט געצוויגען צו מטריח זיין דעם ציבור, מ’זאל זיך ארויסשלעפן ביז צום קאלאסיום.

די לעבעדיגע הוק-אפ אין בית המדרש סאטמאר אין ירושלים.

מיט שטאלץ האט ער געצויגן א פאראלער צווישן די כינוס כללי און מתן תורה… “ביי מתן תורה איז אויך נישט געווען קיין סקרינס, און דערפאר איז געווען ועל העם רואים את הקולות”. ער האט ארויסגעברענגט אז מען קען נישט צוברעכן די חומה אויף וואס מען שלאגט זיך ארום. נאכן זיך באדאנקען פאר נדבנים און עסקנים, איז דער סאטמאר קרית יואל’ער רבי שליט”א ערשינען אין קאלאסיום.

דער יושב ראש איז געווען ר’ דוד פערל הי”ו פון קרית יואל, מתלמיד הרה”ק מהר”י ט”ב מסאטמאר זי”ע. צוזאמען מיט טויזענטער אידן האב איך געזאגט די קאפיטלען תהלים פון ק”כ ביז ק”ל, פארגעזאגט דורך דער ראחובער רב פון מאנטשעסטער שליט”א. איך האב שוין אנגעהויבן זוכן וואו צו פלאצירן מיין סוועטער, וואס כ’האב מיטגעברענגט אויפן פארלאנג פון די עסקנים, וואס האבן גערעדט איבער א קעלט אין די קאלאסיום.

פייערדיגע דרשות

נאכן קדיש זאגן איז געהערט געווארן א דרשה פון דער סאטמארער דיין פון לאנדאן הרה”ג שמעי’ לעוו שליט”א, וואס האט מיט קולי קולות אויפגעשאקלט דעם זאל, “הייליגע באשעפער, מיר זענען דיינע קינדער, וואס נעמען זיך יא אן פאר דיר!” האט דער דיין געדונערט. צווישן די ווערטער האט ער גאר דראמאטיש געזאגט די ווערטער פון די אומאפיציאלער קנאישער הימנע “ה’ הוא מלכינו ולו אנו עבדים”.

דערנאך האט הגאון דומ”ץ קרית יואל פארגעלערנט שטיקלעך על הגאולה ועל התמורה, און ויואל משה, ווי דער סלאגאן פונעם כינוס האט געלויטעט “לשנן דעת תורתו והשקפתו הבהירה נגד קליפת טומאת הציונות”. שפעטער האט ער דערמאנט א שטיקל פון עטרת צבי דער שר בית הזוהר.

נאכן דיין האט אויפגעטרויטן הרה”ג קאפיל שווארץ אב”ד באיאם שליט”א, וועלכער האט ארויסגעברענגט אז די קנאות פון סאטמארן רבין זצ”ל איז געווען מיט אהבת ישראל. זיינע ווערטער זענען איבערגעהאקט געווארן מיטן אריינקומן פונעם ראש בית דין. דער גאנצער קאלאסיום האט זיך געשטעלט אויף די פיס און געזינגען אינאיינעם “אורך ימים”. נאכן צוענדיגן די דרשה, האט דער ראש בית דין גערעדט.

דברות קודש פון ראב”ד ירושלים

א פלאם פייער האט דער ראש בית דין אראפגעברענגט איבערן גאנצן ארום. דער ראב”ד האט איבערגע’חזר’ט די נקודות וואס ער האט שוין געזאגט ביי די מעמדי קבלת פנים, און דערנאך האט ער ארויסגעברענגט איבער די קליפת הציונות, די שקר וואס ליגט דארט, באגלייט מיט עפיזאדן פון גדולי ישראל וואס האבן נישט געקענט אויסהאלטן די בושה וואס ירושלים האט, און די ווייטאג פון די שכינה ווען ארצינו הק’ האט זיך אזוי דערקייקלט צו אזא ביטערע מצב. דאן האט ער אפעלירט צום סאטמארן רבי’ן, דער רבי זאל זיך נישט דא אפשטעלן, נאר ממשיך זיין מיט די מלחמה בעמלק, המתחיל במצוה אומרים לו גמור.

נאכן דרשה האט מען געזינגען רחם בחסדך, און דער ראש בית דין האט פארלאזט דעם קאלאסיום.

צענדליגע באסעס אויסגע’שורה’ט אינדרויסן פון די סטעדיום.

 

דברות קודש

דא האט דער סאטמארער רבי שליט”א זיך אויפגעשטעלט אויפן פאדיום, און מיט א גערירטער שטימע אנגעהויבן ברשות כל הקהל הקודש, “אונז קענען זאגן היינט, דער פעטער ז”ל איז דא היינט מיט אונז, אנן שלוחותי’ עבדין, ווער עס האט עפעס וואס ליגט אים אויפן הארץ, איז א זמן זיך מזכיר זיין בדבר ישועה ורחמים, און אזא זמן איז מסוגל געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב”.

דער רבי האט געשילדערט היסטארישע קאפיטלען וויאזוי עס איז מיטן צוזאמענפאל פון די גרויסמאכטן פון עסטרייך, רוסלאנד און טערקיי ביים ערשטן וועלט קריג, געווארן אסאך קליינע לענדער וואס האבן געשטרעבן און געברענגט נאציאנאליזם, און אויף דעם באן האבן זיך מיטגעכאפט די מזרחי וואס האבן געהאט די נאציאנאליסטישע תאוה אונטער א פענדל פון “קדושת ארץ ישראל”.

שפעטער ביים צווייטן וועלט קריג האבן זיי ליידער געהאט א יד מיט די פאקטישע שחיטות קעגן אידישע קדושים, מיט זייער בלוטיגער “רק בדם תהי’ לנו הארץ” פראטאקאל, און דאן האבן זיי געעפנט די מדינה און אפגע’שמד’ט טויזענטער אידישע קינדער, ווייל זייער ציל איז שמד. “די מדינה און ציונות איז דער אבי אבות הטומאה, און די גזירות זענען תולדות, ווי די אלע גזירות רעות פון גיוס בנות, גיוס בני הישיבות, חיטוטי שכבי, ניתוחי מתים, תכנית הליבה, זיך אריינמישן אין די לימודים, און אזוי ווייטער”. האט דער רבי אויסגעשריגן.

דאן האט דער רבי גערעדט לאנג אז מיר די גלות איז נאר ווייל מ’האט געהאלטן אז מ’האט גענוג א שטארקע מיליטער, מ’האט זיך פארלאזט אויפן כח הזרוע, פארקערט ווי די רשעים פארקויפן אז דאס איז געקומען ווייל מ’איז נישט געווען גענוג שטארק זיך צו פארמעסטן מיט די רומיים. “דאס אליין איז כפירה!”.

דער ראב”ד ירושלים שליט”א ערשיינט צום כינוס, ווערנדיג אויפגענומען דורך כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א

מיט א שטורעמישע שטימע האט דער רבי געשריגן און מוסר געזאגט פאר דעם ציבור, “תלמידי וחסידי רבינו, אייכם? עס טוט זייער וויי, אין איש שם על לב, איכה ירדנו ירידה כזה? ס’איז א ירידה נוראה פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, ס’שרייט זיך ארויס פון הארץ, אייכם; וואו זענט עטץ?” שפעטער האט ער נאכמער געשריגן מיט א וויינעדיגע שטימע, “מכה אשר לא כתובה בתורה זה מיתת צדיקים, דער רבי איז נסתלק געווארן! כל זמן מ’לערנט זיינע ווערטער איז שפתותיו דובבות בקבר, ער איז נחשב בין החיים. כפי השמועה אשר שמעתיף מ’רעדט איבער די נייעסף די הצלחה פון די מדינה, ווי קלוג זיי זענען, דארף מען אויסשרייען, געוואלד! געוואלד! וואו זענען מיר? תלמידי רבינו, אייכם? איכה בינתכם, וואו איז אייער שכל? וואו איז אייער פאשרטאנד?”

דאן האט דער רבי פארשפראכן: “אונז זאג מיר צו בשם כל הקהל, מיר וועלן ווייטער לוחם זיין קעגן די מדינה און קעגן אלע זייערע גזירות, אונז האבן נישט פארגעסן אז אין 3 חדשים קומט א שווערע גזירה אויף די בחורים און ארצינו הקדושה. אונז שריי מיר אויס, אונז זענען נישט מסכים צו קיין שום פשרות. אונז וועל מיר נישט שווייגן, אויב עס וועט זיך אויספעלן וועט מען צוזאם נעמען אלע קרייזן און אמעריקע, לוחם צו זיין קעגן דעם בעזרת השם”.

טויזענטער חסידי סאטמאר קומען אן צום כינוס

דער רבי האט דאן אפעלירט צו מנהלי הישיבות, הקטנות עם הגדולות, צו מאכן א שיעור קבוע מיט די בחורים אין די ספרים וואו מ’לערנט די שיטה, און באזונדער האט ער אפעלירט צו די עלטערע אידן וואס מ’רופט “אהבת קדומים”, זיי זאלן דערציילן איבער די פריערדיגע דור פאר זייערע קינדער און אייניקלעך. מיט נאסטאלגיע האט ער גערעדט איבער דעם רבי זי”ע’ס “אבינו מלכינו כלה כבוד מלכותך עלינו”.

באותו זמן האט מען געגרינדעט די “שקל הקודש” קאסע, ארויסצוהעלפן די קרן הצלה קאסע, פאר מוסדות עטה”ק. ער האט אויסגעפירט אז דער פעטער איז געווען א יחיד בדורו בחכמת אלוקים, און מען דארף זיך נישט שעמען ווען אנדערע גדולים זאגן אנדערש און נישט כאפן התפעלות פון זיי, נאר זאגן אין לנו אלא דברי בן עמרם, וואס איז געווען דער איינציגסטער וואס איז ארויס מיטן צלם אלוקים ביים ביטערן קריג, מבואו ועד צאתו.

ווען דער רבי האט געענדיגט די פלאמעדיגע דרשה האט מען אינאיינעם מקבל געווען עול מלכות שמים, און די מוזיק האט אנגעהויבן זינגען פאר עטליכע מינוט. איך האב מיר ארויסגעיאגט צו כאפן די ערשטע באס אהיים, האבנדיג עטליכע שמחות וואו מ’האט געדארפט זיך באווייזן דאס פנים און אפגעבן מזל טוב.

אויפן וועג אהיים

א פארטייבענדע קול פון הונדערטער קאר’ס וואס האבן געפיפן, און הונדערטער וואס לויפן צומישט אין דעם ריזן פארקינג לאט, האט מיר געקאסט א שמייכל, כ’האב געדאנקט דעם באשעפער פאר מיין באשלוס צו קומען מיטן באס, ווי א חבר האט מיר געזאגט שפעטער האט עס אים גענומען איבעריגע 25 מינוט צו טרעפן זיין קאר…

אויפן באס איז דער עולם געווען אין א ערנסטער אטמאספערע, דארט האב איך אנגעדרייט א מנין מנחה און שפעטער מעריב. דאס איז געווען א היסטארישע כינוס, און איך בין אנגעקומען אהיים ערשט 10:40, מיד אבער דערהויבן.

ברוך המקדש שמו ברבים.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

  • As one of the attendance over there yesterday I’m not going to fool myself like other people it was very disorganized the mic system was not good people couldn’t see anything and there was around 5,000 vacant seats what a shame

    • די גרויסע קידש שם שמים איז דארט פארגעקומען ווי טויזענטער אידן האבן אויסגעשריגן אז מיר זענען געטריי צום באשעפער און אונז האמער נישט קיין שום שייכות מיט דיה וואס זענען מעכב די גאולה

  • פארוואס האט קיינער נישט געהאט שכל נישט צי עפנען אינטערן רבי?? עס איז געווען א ביזון התורה !!!
    אז מען זעט אז מען האט נישט פארקויפט אלע טיקעטס זאל מען אוועק נעמען די בענגלך איו יעדעם ארויף שיקען
    אין האלט נישט אז עס זענען געווען 5000 ליידיגע זיצען אבער 3000 איז זעכער געווען

  • יישר כח אלע חשוב’ע קאמאנטירער.
    מיר ווילן קלארשטעלן אז “אידישער ווינקל” איז ב”ה אויף א הויכן סטאנדארט, און אומפאסיגע אטאקעס וועלן מוזן געמעקט ווערן.
    א דאנק אויף אייער פארשטענדעניש!

  • זייער שיין געווען אבער די אונטן אהבת קדומים האט נישט אויסגעפעלט ווען די אלע זיצן ארום וואלט געען מער ווייניגער פול די אונטערשטע סעקשאנס

  • ברוך המקדש שמו ברבים!!!!!!
    דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מען קען זאגן אויף די גרויסארטיגע כינוס קידוש השם!!!!!!!!!!!!
    ברוך שנתן עמו לשומרים!!!!!!!!!

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.