אידישע נייעס

העלישע פייער ברעכט אויס אין אן אפארטמענט געביידע אין בארא פארק

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן היינט פארטאגס, הארט בעפאר 5:00 אזייגער אין בארא פארק אין א 4 שטאקיגע געביידע.

די 3 אלארם פייער האט אויסגעבראכן אויף די צווייטע שטאק אויף 49-סטע סטריט און זיך נאכדעם ארויפגעצויגן צו די העכערע שטאקן.

די פייער דעפארטמענט גלייבט אז די פייער האט אנגעהויבן צו ברענען נאך פאר די מענטשן אין די געביידע האבן געוואוסט דערפון, וואס האט געמאכט די מינוטן קריטיש צו אנטלויפן.

“עס זענען געווען מענטשן וואס האבן אונז אהיים גערופן” דערציילן איינוואוינער, “עס געווען מענטשן וואס האבן געקלינגען די בעל און איבערגעגעבן אז עס ברענט א פייער, מיר האבן געכאפט די קינדער און וואס מיר האבן געקענט און מיר זענען ארויסגעלאפן פונעם בנין.”

די רויעך איז געווען אזוי געדעכט אז 9 מענטשן זענען ארויפגעלאפן אויבן אויפן דאך, זיך צו באשיצן פון דעם נעפל.

די געביידע איינגעהילט אין פלאמען.

די צווייטע שטאק וואו די אויספארשער’ס גלייבן אז די פייער האט זיך אנגעפאנגען, איז א פרוי געבליבן פארכאפט צווישן שענק און אנדערע חפצים.

ס’איז נישט געווען קיין וועג איר ארויסצוזען פון די געביידע, דערציילט פאליציי טשיף פעטרוס לילי, די פייער ארבייטער אויפן דאך האבן געהערט די רוף אבער זיי זענען נישט געווען ביכולת עפעס צו טוען דערוועגן.

די פייערלעשער וואס האבן זיך געפונען אויפן דאך האבן אריינגערופן די טיעם וואס האט זיך געפונען אויף די נידריגערע שטאקן, און גערופן פאר הילף, און די פייער דעפארטמענט איז אריינגעגאנגען צווישן די העלישע פלאמען איר צו ראטעווען, אבער מען האט איר געפונען אן קיין באוואוסטזיין.

זי איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע וואונדן.

9 אנדערע וואס האבן זיך געפונען אין די געביידע בשעת די פייער, האבן געליטן פון לייכטערע וואונדן.

130 פייער ארבייטער האבן רעספאנדעט צו דעם פייער, און 4 פון זיי זענען אפגעקומען מיט לייכטערע וואונדן.

די פייער איז אונטער אינוועסטיגעשאן

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.