אידישע נייעס בילדער

אין בילדער: פאליציי ארעסטירן פארשוינען פארן ווארפן פייערקרעקערס אויף איינוואוינער אין קרית טאהש

איינווואוינער וואס האבן שפאצירט אין די רואיגע געסער פון די טאהשע שטעטל אין קאנאדע זענען געווארן שאקירט און דערשראקן ווען ווילדע יוגנטליכע פארשוינען זענען אריינגעפלויגן אין שטעטל און ארויסגעשאסן פון די פענסטער אנגעצינדענע פייער-קרעקערס אין די ריכטונג פון מענטשן. די פייער קען זיין שעדליך און האט ב”ה קיינעם נישט געשעדיגט אבער די ווילדע אויפפירונג האט געלאזט מענטשן דערשראקן און פארפאניקט.

אידישער ווינקל האט גערעדט מיט אן אנוועזנדער אויפן סצענע וואס האט דערציילט די געשיכטע וואס האט צו אים פאסירט, “איך האב שפאצירט אויפן גאס ווען מיטאמאל זענען די חברה געקומען צו פליען, איך האב ממש געהאט מזל אז איך בין נישט געשעדיגט געווארן ווייל עטליכע פונקען האבן דערגרייכט מיינע הויזן און געמאכט עטליכע לעכער פון די היץ, די חברה האבן אויסגעקוקט צו זיין אנגעטרונקען און ארומגעפלויגן ווילדערהייט צווישן די גאסן פון שטעטל, ס’האט אויסגעזען ווי זיי זוכן צו האבן פאן און זיך אונטערהאלטן, און זיי וואלטן מיט זייער אויפפירונג געקענט ממש שעדיגן מענטשן.

מען האט אלארמירט די פאליציי, און שומרים וואולענטירן זענען נאכגעפלויגן די קאר אראפצייכענענדיג די לייסנס פלעיט, די הייוועי פאליציאנטן האבן געמאכט עטליכע שאסיי בלאקאדעס אין א פארזוך צו טרעפן די יוגנטליכע, עטליכע שעה נאך וואס די פאליציי אפיצירן האבן געעפנט די קלאגע און גענומען די אינפארמאציע האט די פאליציי געמאלדן אז זיי האבן געמאכט א באזוך ביי די יוגנטליכע און זיי ארעסטירט, די חברה זענען געווען אונטער 18 יאר און זיי וועלן דורכגיין א לעגאלע פראצעדור אויף זייערע שטיקעס. די לאקאלע עסקני

ם האבן זיך באדאנקט פאר די פאליציי אויף די גאר שנעלע רעאקציע. השי”ת זאל האלטן זיין רעכטע האנט.


בילדער קרעדיט: שמילי פערל, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל


איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.