כלל ישראל וועט העלפן אן א שיעור, א איד וואס ליידט אן א שיעור, און פארמאגט חובות אן א שיעור צוליב זיינע מיטמאכענישן אן א שיעור. כלל ישראל, מען עפנט אייערע הערצער אן א שיעור!!!
ער קען זיך קוים באוועגן, יעדע אטעם ברענגט אים א פרישע פלייץ פון פיין און יסורים, זיינע פאראייטערטע אויגן זענען פארטרערט, ער קען גארנישט טון זיך צו העלפן, דער אויבערשטער האט אים אויסגעקליבן צו זיין נישט געזונט און ער קען חס ושלום נישט פרעגן קיין פראגעס, ער ווייסט אז עס איז באשערט און ער פרובירט זיך שטארקן כאטש וואס זיין שיקזאל איז זייער ביטער און ער וואלט זיך געוואונטשן צו קענען זיין יעצט אין זיין שטוב אין ארץ ישראל און אנגיין מיט זיין טאג-טעגליכער לעבן.
ער פאנטאזירט זיך אויס ווי ער פארהערט זיין אינגעלע, ווי ער גייט איינקויפן אין געשעפט מיט זיינע קינדערלעך, די קליינער וויינט, ער בארואיגט דאס קינד, ביז ענדליך זיין קינד שמייכלט, א שמייכל גיסט זיך ארויף אויף זיין געזיכט, ער שוועבט אריבער צו די שבת’דיגע סעודות, זיינע קינדער זינגען זמירות, דער קליינער ווילדעוועט ער שלעפט די טישטעך, ער געבט א רוף אויס הויעך ‘געב אכטונג אויף משה’לע ער גייט איבערדרייען די פלאש גרעיפ-דזשוס’ ווען עטליכע נוירסעס קומען צולויפן און דערמאנען אים אז ער איז נישט אין שטוב מיט זיינע קינדער, זיי פרעגן אים אויס אויב אלעס איז אקעי און קוקן איבער זיין פיבער שטאפלען, ער ווערט ביטערליך אנטוישט ארומצוקוקן און נאכאמאל רעאליזירן אז ער זיצט מיילן אוועק פון זיין שטאט, אזוי ווייט פון זיינע קינדער מיט וועם ער איז שוין אפגעריסן פאר מאנאטן, זיין הארץ שניידט אים שטיקער, ער בענקט זיך, און ער וויינט, ער ליגט אין א בעט אין א פרעמדע שטאט, ער קען נישט די שפראך וואס מען רעדט דארט, ער ווייסט קוים וויאזוי מען זאגט ארויס די ווארט “קליוולאנד,” זיינע געפילן שטורעמען, ער קען גארנישט טון, ער כאפט דעם אזוי אויסגענוצטן און צעקנייטשטן תהלים’ל, און ער הייבט אן רייסן שטיקער הארץ, טרערן און געוויין, טאטע אין הימל, העלף מיר!
ווער איז דער איד? וואס גייט דא פאר?
יוסף יצחק בן פיילא קוט לרפו”ש איז א חשוב’ער אינגערמאן פון ארץ ישראל, ער איז שוין אדורך א שווערן און ביטערן קלאפ בימי הבחרות ווען זיין טייערע טאטע איז נפטר געווארן נאכן דורכגיין א הארץ אטאקע רח”ל און אים איבערגעלאזט אין די שווערסטע יארן אלס יתום, ער איז אדורך א שווערן פעקל, ער איז ב”ה א חתן געווארן און חתונה געהאט, גוטע אידן האבן אים געהאלפן מיט די הוצאות וואס זענען געליגן אויף זיין קאפ און זענען אומבאגרייפבאר נעבעך, ער האט אנגעהויבן בשעה טובה ומצלחת א נייע קאפיטל אין לעבן מיט זיין טייערע ווייב, זיי זענען באשאנקען געווארן מיט א זיסע מיידעלע און ווי יעדער פרישער אינגערמאן געקענט האפן אויף א גוטער ציכטיגער צוקונפט מיט א לעבן וואס שיינט און בליעט.
עס אנטוויקלען זיך פראבלעמען
ס’איז נישט געשמאק צו שרייבן די סארט באריכטן, אבער איין טאג האט ר’ יוסף יצחק אנגעהויבן ליידן פון שטארקע בויך-וויי, ער האט געהאט פארשידענע סארטן ווייטאגן און מען האט נישט געקענט דערגיין וואס עס גייט פאר, ביז איין טאג האט ער געשווינד געדארפט ווערן אריינגעפירט אין די עמערדזשענסי-אפטיילונג אין שפיטאל, נאכן זיך ווארפן מיט שרעקליכע יסורים אויף דער ערד, מען האט אים שנעל אפערירט מיינענדיג אז דאס איז אן אפענדיק”ס און געזען אז זיין גאנצע קישקע איז פארפוילט און אינפעקטירט, מען האט דאס תיקף ארויסגענומען און אויסגעשניטן.
ער האט זיך דערוועקט אן א קישקע, און איז געווארן ארויפגעלייגט אויף שווערע מאשינען ער זאל קענען אנגיין מיטן לעבן, און דאן האבן געטרייע פריינט, פאמיליע און עסקנים זיך אריינגעלייגט און געשאפט די פאנדן אים צו ברענגען קיין קליוולאנד, אהייא, אין די פאראייניגטע שטאטן וואו עס געפונען זיך די בעסטע דאקטוירים פאר די קישקע.
מענטשן האבן שוין געהערט וואס א ניר-טרענספלענט איז, אבער א קישקע טרענספלענט דאס איז שוין א גאר אן אנדערע מעשה, מען הערט זייער זעלטן איבער אזעלכע פעלער און ס’איז א גאר קאפלעצירטער פראצעדור צו טרעפן א קישקע וואס זאל שטימען מיט זיין געברויך. למעשה האט מען בס”ד געפונען א קישקע, און נאך לאנגע מאנאטן פון זיין צוגעבינדן צו מאשינען וואס זאלן העלפן זיין קערפער פונקציאנירן האט מען איינגעמאלדן פאר ר’ יוסף יצחק אז ער גייט דורכגיין די אפעראציע און באקומען די קישקע. א פרייד האט אים ארומגענומען און ער איז דורך א שווערע אפעראציע.
די קישקע ווערט רידזשעקטע”ד רח”ל
די פאמיליע האט איינגעריסן, אבער ליידער צו יעדנס אנטוישונג איז די קערפער געווען סענסיטיוו צו די קישקע און ס’האט דאס נישט געוואלט אדאפטירן, ס’האט רידזשעקטעד די קישקע, און מען האט אנגעהויבן דעם לאנגע וועג פון ארויסנעמען דעם קישקע צוריק, פאר קיינעם געוואונטשן די צער וואס מען גייט דורך ביים ארויסשניידן אזא וויכטיגע און הויפט גליד, עס האט גענומען איבער א יאר פון ווען מען האט געזען אז די קישקע טרענספלענט איז אומערפאלגרייך, ביז ווען מען האט דאס צוריק ארויסגענומען.
מען פרובירט נאכאמאל און…
די יארן לויפן, די פאמיליע איז אין קליוולאנד, נישט ער, נישט זיין ווייב, און נישט זייער מיידל האבן געקענט א ווארט ענגליש, ס’איז נישט גרינג זיך איינצוגלידערן אין א פרישע פלאץ אבער מען האט זיי פרובירט צו העלפן דאס מערסטע מעגליך. די מיידל איז געווארן אריינגעשטעלט אין א לאקאלע פרומע סקול, און זיי האבן פרובירט מאכן דאס לעבן די בעסטע שייך, מיט די הילף פון די בארימטע אידישע קהילה און ביקור חולים אין קליוולאנד,
צו פארגרינגערן דעם שרייבער וואלטן מיר פשוט געקענט איבערנוצן די עטליכע שורות ביז אהער, אדער וואלטן מיר אייך געקענט בעטן צו איבערליינען ווייל דאס זעלבע האט זיך ליידער אפגעשפילט נאכאמאל. נאך געלט, נאך ריסוירטש, צייט פון עסקנים, געדולד, יסורים פארן פאציענט, ביז ענדליך ווען מען האט געפונען נאך א קישקע און דאס איינגעפלאנצט. דאסמאל איז עס געווארן אנגענומען ב”ה מען האט שוין געזען גוטע רעזולטאטן, ער איז באפרייט געווארן אין שפיטאל, און געמאכט זיין וועג צוריק קיין ארץ ישראל, לעבנדיג אויף זיין נייע קישקע, אבער נישט פאר צו לאנג. א קארגע פאר מאנאטן דערנאך (ארום 3 יאר צוריק) האט ער ווידער באקומען שטארקע בויך ווייטאג, ער איז געפלויגן אין שפיטאל, און ס’איז אנטדעקט געווארן אז 80% פון זיין קישקע איז שוין אפגעשטארבן און ביז עטליכע טאג וואלט ער ווידער פארבליבן קישקעלאז, אין א גאר סכנה’דיגן צושטאנד.
מען האט נאכאמאל ארלעדיגט א פריוואטער פליגער קיין קליוולאנד, מיט דאקטוירים און נוירסעס א קאסטבארע געשעעניש פון טויזענטער דאלער, מיט א קישקע וואס ארבעט נאר 20% ווערן גאר שנעל נאך קאמפליקאציעס און זיין גאנצע קערפער האט אנגעהויבן ליידן פון פיבער און א שוואכע אימיון סיסטעם, יעדן טאג מאכן זיך פרישע שוועריגקייטן, מען רעדט דא פון זיין בלוט-דרוק, נעמאניעס, און נאך פארשידענע זאכן וואס ווערן באצייכנט מיט בוכשטאבן און האבן נישט קיין אפילו נישט באקומען א נאמען.
די קעיס האט שוין געקאסט אין די הונדערטער טויזענטער דאלארן פאר זיינע חברים און פאמיליע, די פריוואטע דזשעטס, די אינשורנס, דאקטוירים, לחם לאכל און בגד ללבוש, ער קען נישט ארבעטן און זיין ווייב רירט זיך נישט אוועק פון זיין בעט, ס’קאסט אפ גראסערי ארדערס און שכר לימוד, און וויפיל געלט מען וועט האבן וועט מען קענען נוצן נאך.
צווישן די חברים און פאמיליע טרייבט מען אויף בלי גוזמא די פאנטאסטישע סכום פון 25,000 דאלער נאר פאר טיקעטס אז די ברודער און שוועסטער זאלן קענען קומען באזוכן און ארויסהעלפן, ס’איז דא אזויפיל הוצאות אז מ’קען זיך דאס אפילו נישט פארשטעלן. מען צאלט פאר אינגעלייט געלט זיי זאלן זיין מיט אים, פסח, פורים, שבתים, כסדר מאכט מען זיכער אז מענטשן גייען צו אים, עס קאסט שווערע געלטער יעדע ריר.
יעצט ליידער איז ער אין זייער נישט קיין סטאבילער מצב, ער איז זייער אפגעשוואכט און ס’זענען דא פארשידענע פלענער אויפן טיש, מען טראכט יעצט פון איינפלאנצן א פרישער קישקע, זיין מצב האט צוגעברענגט אז ער זאל מוזן מופן דירה צוליב וואס ער האט שוין נישט געהאט קיין כח צו ארויפגיין די שטיגן, צו די שלאפן שטוב אויפן צווייטן שטאק, און אין צייטן וואס ער האט געקענט ארויסגיין אביסל פון שפיטאל, איז ער געשלאפן אויף א קאוטש דעם אונטערשטן שטאק. מיר האבן אריינגעלייגט געלט אין א פרישע דירה, עס געמאכט מער געאייגנט מיט א רעמפ פאר א וויעלטשעיר, א. א. וו.
טייערע אידן מען דארף אייער הילף
עס איז אוממעגליך צו אנגיין. די עסקנים האבן שוין אויסגעטרוקנט יעדן קוואל, יעדע חבר האט שוין פארבארגט געלטער, ס’איז דא שפיטאל-חובות פון איבער א האלבע מיליאן דאלער, און די הוצאות פון יעדן טאג זענען ריזיגע, יעדע ריר קאסט אן א שיעור, זיינע מעדיקעישן אליין קאסטן אפ ריזיגע סכומים.
מען האט שוין ארגענעזירט אוונטן און מסיבות, און מיר מוזן יעצט אויסשטרעקן די הענט צו כלל ישראל, עס איז א לעבן. א לעבן פון א מענטש, א איד, א מאן, א טאטע, איינער וואס איז שוין דורך אזויפיל, איינער וואס האט שוין אזויפיל פיין מיטגעמאכט, יעדער וואס איז באהאוונט אין די קעיס טראגט א ספעציעלע ארט אין הארץ דערפאר, ווער ס’האט נאר באזוכט דעם איד ווערט ממש צעלאזט פון רחמנות און וויל אויטאמאטיש ארויסהעלפן.
מיר האבן נישט איבערגעלאזט קיין שטיינדל אומבארירט און אומאיבערגעדרייט, מיר מוזן יעצט אריינבאקומען א פלייץ פון נדבות אז מיר זאלן קענען פשוט אביסל לויזער מאכן דעם בענדל ארום די העלזער פון די עסקנים, רבותי, מיר קענען שוין נישט שרייען ווייל מיר זענען שוין הייזעריג פונעם פארגאנגענעם אפיל אין שול, און פון זאגן צענדליגע מאל נעבעך קענען מיר נישט באצאלן קיין בילס. כלל ישראל, רופט אייך אן ווארעם פאר א טייערע נפש שבישראל. אין דעם זכות וועט איר זיכער געהאלפן ווערן מיט ישועות און רפואות און קיינמאל נישט דארפן הערן איבער אזעלכע זאכן ביי אייער פאמיליע. אמן.
העלפט העלפט העלפט, דרוקט דא