ווי עס ווערט אויפגעדעקט דורך די גלאבאלע נוקלעארע וואפן אבזערוואציע צענטער, איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט און ערנסטער פארדאכט, אז רוסלאנד האלט נוקלארע וואפן ווייניגער ווי פופציג מייל פון די פוילישע גרעיניץ.
לויט די באריכט פונעם ‘גלאבאלן נוקלעארע וואפן וואטש דאג’, האלט רוסלאנד מעגליך נוקלעארע וואפנס אין א ניי איבערגעבויעטע אונטערערדישער בונדער, וואס איז ארום דרייסיג מייל אוועק פון די פולישע גרעניצן.
סאטעליט בילדער צייגן אז די בונקער וואס איז אויסגעליידיגט געווארן אין יארע 2016 איז איבערגעבויט און פארדעקט געווארן פון נייגעריגע אויגן, וואס דאס טוט אנצייגן אז זיי ברענגען צוריק די נוקלעארע וואפן צום ניי איבערגעמאכטן בונקער.
עס איז נישט קלאר צו רוסלאנד האלט שוין דארט די נוקלערע שפיצן אדער האבן זיי עס נאר צוגעגרייט דערפאר, אבער לויט ווי מען האט דאס נאכגעקוקט שמעקט נישט גוט די מצב, עס זעט אויס ווי א אקטיווע בונקער וואו סייענטיסטן און סחורה קומען און גייען.
דאס קומט נאכדעם וואס א שטיק צייט צוריק האט דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין פראקלאמירט, אז ער האט ערצייגט גאר מאכטפולע נייע סארטן נוקלעארע וואפן, וועלכע זענען קלוג און קען איבערקומען די אמעריקאנע באשיצונג און פארטיידיגונג מעגליכקייטן.