פאריז – אין פראנקרייך און אין האלאנד האבן פאסירט עטליכע אנטיסעמיטישע אינצידענטן, וואו אידישע געשעפטן און צענטערן זענען וואנדאליזירט געווארן.
איין אינצידענט האט פאסירט אין פאריז, וואו אומאידענטיפיצירטע פארשוינען האבן אוועקגענומען א טאוועל וועלכער איז געווען אוועקגעשטעלט פארנט פון די עווא מאריא סקול, אין עהרע פון אידישע קינדער וואס זענען פון דארטן דעפארטירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג.
אין האלאנד האט פאסירט אן אנדערער אינצידענט, וואו פארשוינען האבן געפירקלט האקנקרייצן און אנדערע עקסטרעם-רעכטע נאציאנאליסטישע סימבאלן, אויף א מאנומענט אין די מידען-גראנינגען געגנט, וואו די פאליציי איז שנעל אנגעקומען און עס פארמעקט.