בערלין – א בערלינער געריכט האט נעכטן ארויסגעגעבן א שולד אורטייל קעגן דעם 19 יעריגן סירישן אימיגראנט, וועלכער האט אטאקירט א מאן וואס האט זיך ארומגעדרייט מיט א יארמולקע אויפן קאפ עטליכע וואכן צוריק.
דער 21 יעריגער אטאקירטער איז שפעטער ארויסגעקומען דערציילן אז ער איז ניטאמאל קיין איד, נאר אן איזראעלישער אראבער, און ער האט געוואלט אנטאן א יארמולקע צו צייגן סאלידאריטעט מיט זיינע אידישע פריינט, ווען פלוצלינג האט אים דער פארשוין אטאקירט און געשלאגן, שרייענדיג אנטיסעמיטישע לאזונגען. דער אטאקירער וועט אבער נישט דינען קיין טורמע, ווייל ער איז שוין געזעסן 4 וואכן אין טורמע.