דער באקאנטער נישט מיט אלעמען טאק שאוער האוסט ‘אלעקס דזשאונס’, איז אין די לעצטע טעג פארנומען אנצוגרייטן זיינע צוהערער אויף א גרויסע רעוואלוציע וואס די לינקע אין לאנד ווילן לויט אים אדורכפירן.
‘אלעקס דזשאונס’ איז א מאן וואס לעבט ערגעץ וואו אויף אן אנדערע פלאנעט, און זעט זאכן וואס קיינער זעט נישט, הערט זאכן וואס קיינער הערט נישט, און פילט זאכן וואס קיינער פילט נישט.
ער נעמט זיינע נאאיווע צוהערער און פירט זיי אריין אין א וועלט פון פערענוי און שרעק, ער וואשט זייערע קליינע מוחות פון צופרי ביז אין די נאכט שטונדן.
ער גרייט זיי צו פאר די שרעקעדיגע מינוט וואס ‘די נייע וועלט ארדער’ ווי ער רופט דאס, וועט קומען און אוועקנעמען אלע זייערע רעכטן, און זיי פארשקלאפן אלץ קנעכט און ראבאטישע פראגראמירטע מענטשן.
ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט האט ער צוגעזאגט אז ער וועט זיך לאזן וואקסן א בארד אויב ‘די נייע וועלט ארדער’, אדער מיט זיין טיטל דערפאר, ‘די גלאובעליסטן’, וועלן אונטערברעכן און זיי וועלן צעשמעטערט ווערן.
לויט אים ווערט יעצט ‘די נייע וועלט ארדער’ צעשמעטערט דורך פרעזידענט טראמפ, און טאקע דערפאר האט ער זיך אין די יעצטיגע טעג געלאזט וואקסן דעם בארד, און אזוי צייגט ער פאר אלעמען אז ‘די נייע וועלט ארדער’ ווערט צעשמעטערט.
אבער אפילו מיטן בארד אויף זיינע באקן, וואס דארף צו צייגן אז די ‘גלאובעליסטן’ ווערן צעשמעטערט, קען ער דאך נישט אויפגעבן זיין פרנסה, און ער איז פארנומען צו רעדן מיט שרעק און כעס, אז די גלאובעליסטן קומען און זיי גייען אייך פארשקלאפן.
ער האט אין די לעצטע וואך געמאכט אויף זיין שאו א שרעקעדיגע צוזאמשטעל פון לאקשן מיט קוגל צוזאמען, ער שטייט דארט ביי א מאפע פון די וועלט און דערציילט דעטאלירט וויאזוי די גלאובעליסטן ווילן אייננעמן די וועלט און אמעריקע.
“זיי, די גלאובעליסטן, פראבירן אנצוהויבן א ווילדע רעוואלוציע אין אונזער לאנד, און איר אראפווארפן אזויווי ווענעזועלע און אסאך אנדערע וואס זענען געפאלן צו די גלאובעליסטן”.
ער שטייט דארט ביי א וועלטס-מאפע און רעדט צו זיינע צוהערער אזוינע הוילע שטותים אז ס’לאזט זיך נישט גלייבן פארוואס מענטשן הערן אים נאך אויס.
ער גייט אריבער די מאפע ווי די גלאובעליסטן האבן שוין פארכאפט די יו ען, וואס איז לויט אים אויך א חלק פון די קאנספיראציע וואס האבן שוין באוויזן צו פארכאפן א ריזן טייל פון דער וועלט, ער שרייט אז די אראבישע פרילינג איז אויך א פראדוקט פון די יו ען און די גלאובעליסטן.
ער צייגט בילדער פון די פראטעסטן אין ווענעזועלע, כאילו דאס זענען די רעוואלוציעס פון די גלאובעליסטן וואס ווילן איבערנעמען די וועלט און מאכן א חורבן און אנארכיע.
ס’העלפט נישט קיין שום אויסרייד אז די חברה דארט פראטעסטירן פאר פרייהייט, אזוי האט ‘אלעקס דזשאונס’ געזאגט און אזוי איז עס, ס’איז די גלאובעליסטן, און ליידער האט ער צוהערער וואס גלייבן אים, לויט אלע ווארשיינליכקייטן זענען זיינע צוהערער נישט קיין צו קלוגע פערזאנען, דערנאך וואס אלעקס קען פאבריצירן און שפינען אזוינע פאנטאסטישע עפיזאדן אז מ’דארף זיין היפש צו די פלאכע זייט נישט צו זען אז דער איז נישט מעלמא הדין.
ער איז דער וואס שרייט אז די רעגירונג פארסאמט די וואסערן, און לייגט דארט אריין עפעס וואס מאכט דעם מענטש פאר א לעבעדיגע ראבאטישע נאכפאלגער, און פאלגט וואס די רעגירונג הייסט טון.
בקיצור איז ער יעצט פארנומען מיט דעם אז די וועלט קומט ממש צו אן ענדע, און די גלאובעליסטן קומען אונז אלע פארקנעכטן. זיין בארד וואקסט אלץ מער און מער, און די שאו ווערט אלץ מער אינטערעסאנטער צו זען ווי א מענטש רעדט צוזאם אזוינע לאקשן און טויזנטער מענטשן הערן אים צו…
א מאדנע וועלט
This article was so badly written I can’t believe Yiddishe Vinkel that has such a high reputation went thru with it.
I know you guys are left-leaning, but this is terrible.
צו דער וואס איז אויפגעברויזט אויף דעם ארטיקל
קומט אריין קלארער, איז די ארטיקל נישט גוט געשריבן, אדער איז עס לינק??
אויב האלט איר אז ס’איז נישט גוט געשריבן, הער איך, יעדער האט זיך זיין טעיסט. אבער אויב האלט איר אז ס’איז א לינקע ארטיקל, האב איך אייך נישט וואס צו ענטפערן.
אויב זעט איר אין דעם וואס מ’רייסט אראפ דעם וואנזיניגער פארשוין א לינקער, איז עס אייער פראבלעם.
אפילו בן שפירא, דער גרויסער רעכטע קאנסערוועטיווער רעדנער זעט אין דעם אלעקס דזשאונס א צערידערטע פארשוין
האט מיט לינק גארנישט, ס’האט מיט יא נארמאל אדער נישט נארמאל
ב”ה מיינע ארטיקלן זענען זייער נייטראל.
מיט רעספעקט
מענדל אונגער
גוט אראפגעלייגט, שכוח!
דער בהמה איז די “סענק היוגער” פון “די יונגע טערקן” ביי די קאנסערוואטיוון, ס’וואלט ווען געווען א גוט געדאנק אויב איר קענט ווידמען אן ארטיקל אויף אים אויך.
האפענטליך אין די קומענדיגע טעג
טאקע א וואנזיניגער, אבער איך פארשטיי נישט פונקטליך וואו עס קומט אריין דאס ווארט פאראזיט.
די דעפעניציע פון פאראזיט איז א באשעפעניש וואס שפייזט זיך פון אנדערע באשעפענישן, א שטייגער ווי א מאסקיטא.
עס ווערט אויך גענוצט צו באצייכענען ארבייסטלאזע וואס לעבן אויף נדבות, א.א.וו.
אויסער דעם איז עס א געשמאקער ארטיקל. כה לחי
זייער נישט נארמאל אזוי אראפצורייסען זיינע צוהערער כאטשיג ער רעדט זייער אסאך שטיתם…..
נ.ב. זייער אסאך פון זאנע געדאנקען האָבן נישט קיין ענטפער…..
גראדע איז עס גאר א געשמאקע ארטיקל, איך זעה נישט ווי עס זאל זיין לינקס, אין מיינע אויגן איז עס א טשיקאווע נייעסל פון א מאדנער מענטש, וואס איז פארנומען מיט פאנטאזיעס, און פרובירט מיטצצושלעפן די וואס הערן אויס זיינע פערל רייד אין די שרעקליכע פאניק און היסטעריע אין וואס ער איז אריינגעפאלן…
ר’ מענדל איר טוט א פיינע ארבעט, גייט ווייטער אן, דער ציבור איז זיך מחי’ דערמיט!
Thanks for taking the time and replying to my comment, and I’m glad that it sparked a conversation.
First of all, please don’t take me wrong. I know that most of Alex’ shows are nonsense.
The problem here, in my humble opinion, is that it seems that the article was written in rage. It’s quite clear that it wasn’t written on a journalistic level, because of the hate instilled in the writer against the right.
Tell me I’m wrong.
And please elaborate on the “parasite” choice of word.
j