דייטשע אויטאריטעטן באטראכטן די פארלאנג פון איראן, ארויסצונעמען 300 מיליאן יורא וואס איראן האט אריינגעשטערט אין דייטשע בענק, און אריבערפירן אין מזומן צו איראן, לויט א באריכט אינעם דייטשן צייטונג “בילד”, אין נאמען פון אומאידענטיפיצירטע רעגירונג באאמטע.
טעהאראן וויל ראטעווען דאס געלט פון די אייראפעישע-איראנער eihbank באנק קאנטעס, אויס שרעק אז זיי וועלן אויסלויפן פון קעש, ווען די אמעריקאנער סאנקציעס וועלן אריינגיין אין קראפט, און וועט אונטערהאקן די איראנער אקאנאמיע, וואס הינקעט לעצטנס אונטער מער און מער.
דאס קומט נאכדעם וואס וואשינגטאן האט פארלאנגט פון אלע וועלט לענדער אויפצוהערן איינקויפן אויל פון איראן, פון קומענדיגן נאוועמבער. לויט וואשינגטאן וועט יעדע לאנד וואס פארלעצט זייער פארלאנג, ארויפגיין אויף די שווארצע ליסטע, און וועט ליידן אייגענע סאנקציעס.
אין ליכט פון דעם האבן עטליכע גרויסע פאבריקן געמאלדן אז זיי גייען אפהאקן זייער ביזנעס מיט איראן, נישט וועלנדיג זיין א קרבן צו ברוטאלע אמעריקאנע סאנקציעס.
איראן האט רעאגירט איבער די באריכט, זאגנדיג אז זיי דארפן די קעש דאס צו “אריבערפירן פאר איראנער בירגער, וואס דארפן קעש פארנדיג אינטערנאציאנאל, און זיי קענען נישט נוצן זייער קרעדיט קארטלעך”.