דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, האט נעכטן געשיקט א דירעקטער סטראשע צו קאסאם סולימאני, דער גענעראל פון די “אל קודס קרעפטן”, וואס איז די מיליטער פון די איראנער רעוואלאציאנערישע גווארדיע. פאמפעא האט קלארגעשטעלט אז עס דארף גענומען ווערן אן “אינטערנאציאנאלער מיה” צו איבערארבעטן און מאכן איראן פאר א “מער נארמאלע” לאנד.
פאמפעא האט קלארגעשטעלט אז די פאראייניגטע שטאטן איז גרייט דאס צו טון, מיט פארשידענע מיטלען. “צומאל איז עס דיפלאמאטישע מיטלען. איר זעט די אנשטרענגונג פון אמעריקע צו לייגן סאנקציעס אויף איראן? דאס איז עקאנאמישע מיטלען” האט פאמפעט געזאגט.
ער האט אויך צוגעלייגט אז “עס וועלן זיין געוויסע פעלער, צום ביישפיל ווען איראנע מיסלס באטרעפן ריאד (הויפטשטאט פון סאדיע אראביע), וועלן מיר דאן זיין גרייט צו רעאגירן און באשיצן מיליטעריש דעם ראיאן”.
פאמפעא האט אויך קלארגעשטעלט אז אויב וועט זיין א פרישער איראן דיעל, וועט דאס זיין גאר א צווייטער דיעל ווי די וואס איז געווען ביז יעצט. עס וועט נישט זיין קיין צייטווייליגע זאך, און וועט אויך אריינרעכענען די ספעיס און מיסלס פראיעקטן פון די איאטאלישער רעזשים.
און פאר גענעראל סולימאני האט פאמפעא געזאגט אז “ער וועט צאלן גאר א טייערע פרייז, אפצושרעקן איראן. קאסאם סולימאני ברענגט פראבלעמען איבער איראק און סיריע, און מיר דארפן אז ער זאל פערזענליך אפגעבן א באצאלונג פאר זיינע טאהטן, און די טאהטן פון זיין ארגאניזאציע”.
לויט פאמפעא האט די אבאמא אדמיניסטראציע – מיטן אראפנעמען די סאנקציעס פון איראן – געברענגט דערצו אז חיזבאללא זאל זיך שטארקן, און עס זאלן זיך נעסטן פילע שאיאיטישע מיליצעס איבער סיריע, איראק און תימן. אצינד ווען די סאנקציעס גייען צוריק אריין אין קראפט, האפט פאמפעא אז איראן וועט זיין געצווינגען זיך צו זעצן און אונטערשרייבן א פרישע דיעל מיט אמעריקע און אייראפע.