א באריכט פון די אמעריקאנער ארגאניזאציע “די פאדערונג קאמיטע” וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף די איינשטענדיגונג און איבערבעטונג געלטער פון דייטשלאנד פאר האלאקאסט איבערלעבער, האט געמאלדן אז עס ווערט צוגעלייגט פרישע אכט און אכציג מיליאן דאלער אין זייער פאנד.
לויט די באריכט איז צוגעקומען די געלטער נאכדעם וואס עס איז זיי געלונגען צו איבערצייגן די דייטשע רעגירונג אז זי מוז צולייגן נאך געלט, וואס דערמיט וועט מען איבערבעטן די יונגערע האלאקאסט איבערלעבער, וואס זענען נאך פארבליבן ביים לעבן. די פאקט אז זיי זענען געווען אזוי קליין ליידנדיג די אלע צרות, בארעכטיגט זיי צו געניסן פון מער געלטער.
אזוי אויך האט דייטשלאנג מסכים געווען צו פארגרעסערן די פענסיע געלטער וואס ווערט באצאלט פאר 55,000 האלאקאסט איבערלעבער פון צענטער און מזרח אייראפע.
צווישן די וואס געניסן דערפון איז פארהאנען ארום 25,000 אידן וואס האבן געוואוינט אין אלדזשיריע צווישן די יארן פון 1940-1942 למספרם, און זענען א דאנק די קאמיטע וואס איז באאויפטראגט צו קאמפענסירן האלאקאוסט איבערלעבער געווארן פארעכנט אלס אזעלכע וואס באקומען אזויפיל ווי 3,000 דאלער פאר איבערבעטונג.