אין ענדע פון די פארלאפענע וואך האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, אפגעהאלטן א פרישע באזוך אין צפון קארעא, פארצוזעצן מיט די געשפרעכן איבער דענוקלעאריזאציע אינעם קארעא האלב אינזל, וואו טראמפ און קים יאנג אן האבן אונטערגעשריבן ביים היסטארישן טראמפ-קים סאמיט אין סינגאפאר.
כאטש וואס עס האט געהייסן אז פאמפעא וועט זיך טרעפן מיט דעם פירער קים יאנג אן, האט מען פאקטיש נישט צוגעלאזט פאמפעא צו רעדן מיט קים. בכלל איז ער באהאנדלט געווארן מיט ווייניג רעספעקט, און ער האט בלויז געפירט געשפרעכן מיט קים יאנג טשאאל, איינע פון די גרעסטע באאמטע אינעם רעזשים.
נאכן באזוך זענען ארויסגעקומען געמישטע באריכטן, פון איין זייט האט פאמפעא געזאגט אז די זיצונגען זענען געווען פראדאקטיוו, אבער פון די אנדערע זייט האט צפון קארעא געגעבן צו הערן ווילדע סטעיטמענט’ס אז אמעריקע פירט זיך אויף צו איר ווי די גענגסטער און מאפיא, און פארלאנגט פון איר גאר גרויסע זאכן.
פרעזידענט טראמפ האלט זיך אבער אפטימיסטיש און ווערט נאכנישט ווילד, שרייבנדיג נעכטן אויף טוויטער אז ער איז זיכער דאס קים וועט זיכער רעספעקטירן זייער אפמאך וואס מ’האט אונטערגעשריבן, און איבערהויפט זייער האנט-דרוק. דער פרעזידענט האט אויך געשריבן אז עס איז שטארק מעגליך אז כינע האט דא א האנט אין די געטוישטע טאן פון קארעא.
נאך זיבן גאנצע טעג וואס דער צפון קארעא דיקטאטור איז נישט געווען אין די אפיציעלע נייעס קאנאלן פון זיין לאנד, איז היינט ארויסגעקומען פיר באריכטן איבער דאס וואס קים יאנג אן האט געטון אין די לעצטע פאר טעג: ער איז געפארן צום סמאדזשיאן געגנט וואס איז נעבן די גרעניץ מיט כינע, וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף זיינע פעלדער.
אין א געגנט וואס הייסט דזשאנגוהאנג, האט קים אויסגעלערנט א שטאב מיט פעלד ארייבטער “נישט בלויז צו פלאנצן, נאר וויאזוי צו פלאנצן געשמאקע עסנווארג, און זיכער מאכן אז די קארטאפל ווערט אויסגעארבעט פראפעסיאנאל, און עס קומט ארויס פון די העכסטע קוואליטעט” פארציילט מיט שטאלץ די צפון קארעא מידיע פון די איבערגעגעבנקייט וואס זייער פירער האט צום פעלד און צום קארטאפל…
באזונדער האט קים שטארק אויסגעלויבט די ארבייטער אין געגנט נעבן דעם “פאקטו בארג” – א בארג וואס איז פארהייליגט ביי די צפון קארעא בירגער, ווייל ווי דער לעגענדע דערציילט איז דארט געבוירן די קים דינאסטיע. קים יאנג אן האט געזאגט אז דאס ארט גיבט ארויס די בעסטע גרינצייג, ווייל “די ערד איז הייליג פון די גרויסע רעוואלאציע וואס זי האט געמאכט מיט די וועלט”… און די מידיע באצייכנט עס אז דאס איז די “ביישפיל פון דאס לאנד, און פון די וואונדערליכסטע זאכן אין קאמוניזם”.
טראץ וואס אין די באריכטן שטייט נישט ווען קים יאנג אן האט אפגעשטאט זיין פאטעיטא באזוך, האט אבער קים יאנג טשאאל – די רעכטע האנט פון קים יאנג אן – געזאגט ענדע פאריגע וואך פאר סעאול באאמטע, אז קים יאנג אן געפינט זיך ווייט אוועק פון געגנט.
דאס איז געווען אין די זעלבע צייט וואס פאמפעא האט באזוכט צפון קארעא, און מ’דארף נישט זיין צו געריבן צוזאמענצושטעלן אז אנשטאט זיך צו טרעפן מיט פאמפעא, האט קים בעסער אויסגעוועלט זיך צו טרעפן מיט די פעטעיטא.