אידישע נייעס

עסטרייך: פארשלאג צו פארקויפן כשר פלייש בלויז פאר אידן מיט ערלויבעניש

עס איז די ניין טעג ווען מען עסט נישט קיין פלייש, אבער די נייעס רעדט פון פלייש, און טאקע כשר פלייש.

א שטורעם איז אנטשטאנען ווען גוטפריד וולאדהאוזעל, א מיטגלידער אין די פרייע פארטיי פון עסטרייך – וועלכע קעמפן העפטיג קעגן אידישע שחיטות און פרובירן צו פארמיידן כשר’ע פלייש פון די פאליצעס – און פרעזידענט פון די צער בעלי חיים גרופע אין לאנד, האט ארויפגעברענגט א פרישער געזעץ, אז נאר אידן זאלן קענען קויפן כשר פלייש.

און עס איז נישט גענוג אז מען איז א איד; מען וועט דארפן האבן א שטאטישע ערלויבעניש וואס בעשטעטיגט אז מען איז א איד, צו קענען קויפן א כשר שטיקל פלייש. לויט זייער פארלאנג, מוז אויפגעוויזן ווערן אז דער איד וואס האט דעם ערלויבעניש עסט טאקע בלויז כשר פלייש, און נישט נבילות און טריפות.

דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס עס ווערט ארויפגעברענגט אזא געזעץ אין עסטרייך. אין נאוועמבער 2017 האט שוין זיין פארגייער מאריס אנדורעש – א סאציאלער לינקער פארלאמענט מיטגלידער – ארויפגעברענגט צו מאכן אזא געזעץ, זייענדיג דאן דער פירער פון די עסטרייכישע צער בעלי חיים גרופע.

עס איז איבעריג צו באטאנען אז די צער בעלי חיים גרופעס מיינען נישט קיין בהמות, זיי מיינען די אידן, איבערהויפט אין אייראפע וואו דאס אנטיסעמיטזם פארשפרייט זיך כסדר, און כלל ישראל איז מתפלל אז די געזעץ זאל נישט דורכגיין, ווייל דאס וועט ברענגען שווערעקייטן פאר די טאג-טעגליכע אידן אין זייער לעבן, דארפנדיג האבן ערלויבענישן בלויז פארן וועלן עסן כשר פלייש.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.