א גאר אינטערעסאנטע און פאקטיש איבעראשענדע געשיכטע האט זיך אפגעשפילט די וואך, ווען א איראקער אקטיאר האט באשלאסן צו אויספרובירן די וואסערן, און דערגיין וואס די איראקער באפעלקערונג שפירט אנבאלאנגט אידן, און ווי באקוועם זיי וועלן זיך שפירן צו פארהאנדלען מיט א איד.
דער אקטיאר האט זיך פארשטעלט ווי א חרדי’שער איד פון קאפ ביז פיס, און אנגעקלאפט אויף טירן אין איראק, זיך פארשטעלנדיג אלס א איד פון אייראפע, וואס איז אין איראק זיך פאראינטערעסירנדיג , וואו ער קען קויפן א הויז אין די געגנט, און גלייכצייטיג איז ער נייגעריג צו הערן וואס עס איז די מצב פון אידן אין איראק. ער האט זיכער געמאכט צו באטאנען אז ער איז א “איד”, נישט נוצנדיג בכלל דעם אויסדרוק “איזראלעי”.
ביים ערשטן טיר איז ער אויפגענומען געווארן מיט א ברייטער “סאלאם עליקום” (די אראבישע ווערסיע פון שלום עליכם…), און א ווארימע האנט רייכונג.
די ערשטע פראגע: “איז פארהאנען דא עפעס אינצידענטן מיט די אידישע איינוואוינער?”
“מאכט זיך אפשר איינמאל א יאר, אבער אלע האבן אינצידענטן, נישט בלויז אידן, די מוסלעמענער צווישן זיך זענען אויך צוטיילט אין פארשידענע קעגנערישע פראקציעס”.
א צווייטער האט אים געזאגט “זעה צו מאכן בירגערשאפט און קום צוריק וואוינען דא אין איראק”. און א דערנעבנדיגער האט גאר פארגעשלאגן אז ביז זאכן ווערן מסודר, קען ער קומען צו אים איינשטיין ביי אים אין שטוב, און ער וועט באקומען פון אלעם גוטן.
דער קומענדיגער איז שוין געפרעגט געווארן מער קלאר: “דו אלס איראקער אראבער, האסט א פראבלעם אז אידן קומען צוריק וואוינען קיין איראק?” אויף וואס יענער האט געענטפערט א ניין מיט די קאפ.
דער עקספערימענט האט געברענגט גאר אינטערעסאנטע רעזולטאטן, אז אידן ווערן פאררעכנט ווי אזעלכע וועמען מען וועט גערן אויפנעמען אין איראק, אן ארט וואו עס האט לאנגע יארן געווירבלט א אידישער קהלה, ביז ווען דער איראקער רעזשים איז געפאלן אין יאר תשס”ג.