אידישע נייעס

ספעציעלע תפלה איבער טריקעניש אין אוסטראליע

אוסטראליע מוטשעט זיך שוין א לענגערע וויילע מיט א געפערליכע היץ און טריקעניש, עס רעגנט נישט, און די רבנים פון שטאט האבן באשלאסן אז מען וועט פארפאסן א ספעציעלער תפלה פאר דאס רעגן.

די מעטראלאגישע סיטואציע אין וואס אוסטראליע געפינט זיך יעצט און די גרויסע פייערן וועלכע האבן נאכגעפאלגט אין רעזולטאט דערפון, האט געברענגט אז די פעלדער אין אויסטראליע זאלן נישט קענען פראדוצירן קיין געהעריגע פראדוקטן.

דער “בד”ץ סידני והמדינה” האט ארויסגעגעבן א ספעציעלער מודעה, וואו זיי בעטן פון דעם עולם מען זאל זאגן די תפלה וואס בעט פאר רעגן, און עס צולייגן צום דאווענען.

דער נוסח איז געשריבן געווארן דורכן הויפט רב פונעם גרויסן צענטראלן שוהל אין סידני הרב חיים אינגראם, וואו מען בעט פאר א לאנד וואס שפרודלט און בליעהט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.