מעסעדזשעס מאכן דעם וועג ארום די היימישע סאושל מידיע גרופס איבער די מיטינג היינט אין טאון אוו ראמאפא, דעריבער פארבינדן מיר זיך מיטן עסקן ר’ אהרן בנציון ווידער, צו הערן מער “וואס האט דארט פאסירט?”

מיר האבן גערופן ר’ אהרן בנציון, בערך דאס איז געווען אונזער שמועס.

אידישער ווינקל: איז וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין טאון אוו ראמאפא?

אהרן בנציון: אין א גאר שנעלע רעאקציע צו די טראגישע עקסידענט וואס האט אויפגעשטורעמט מאנסי, האט מען צוזאמען גערופן די לאקאלע באאמטע, עסקנים, און פארזיצער, צו הערן און ארומרעדן איבער דעם גאר פארנומענעם שאסיי.

מען האט דאס דעבאטירט, און עס זענען ארויסגעקומען דערפון די גאר צופרידנשטעלנדע געוואלדיגע אפמאכן אז מען וועט גאר שנעל אנהויבן צו איבערמאכן און פארעכטן דעם קאמפליצירטן און סכנה’דיגן שאסיי אין הארץ פון מאנסי.

געווענליך ווען מען וויל באקומען געלט פון די רעגירונג, פאר למשל אזא זאך ווי סיידוואולקס, קען עס נעמען א שיינע פאר יאר ביז ווען זאכן גייען דורך, ביז ווען מען קוקט בכלל אן די פאל, און אויב עס גייט בכלל דורך.

ביי אונזער פאל זענען מיר גאר מזל’דיג אז מען האט דאס צוזאמגעשטעלט מיט די “טעפען זי בריק פראיעקט,” וואס דאס וועט קאסטן פאר די רעגירונג עטליכע ביליאן דאלער, און עס רעכנט אריין איבערמאכן אסאך שאסייען וואס פירן צום בריק. יעצט אז די טעפען זי בריק פאנדינג איז שוין אפן, און מען לייגט אונז נאר אריין, וועט דאס נעמען סך שנעלער, און מען וועט קענען זען א פאזיטיווע טויש ממש אין א יאר.

אידישער ווינקל: וואס האט מען דארט ארומגערעדט?

ר’ אהרן בנציון: צווישן די זאכן וואס זענען ארויסגעקומען איז די געוואלדיגע דערגרייכונג אז די רוט 59 וועט זיין ערשט צו באקומען א נייע גאר קלוגע סיסטעם, מיט סאפיסטיקירטע אייגנשאפטן, וואס קען פארשטיין פון זיך אליינס ווען ס’איז וויכטיג צו טוישן די אומשטענדן, און פירט די טראפיק לויט ווי עס איז וויכטיג, און נישט ווי א קלאץ וואס ראבאטירט ווי א פראגראם. די שאסיי וועט זיין ערשט צו באקומען דעם סיסטעם אין גאנץ ניו-יארק!

דער זיצונג אין די טאון אוו ראמאפא, איבער די עקסידענט אין מאנסי די וואך.

עס הייסט יעצט אז מען וועט שוין אנהויבן פלאנירן טוישונגען און סטראטעגיע פארן 59, און מען וועט צוזאמשטעלן א בי”ד איבער די סיידוואולק פלענער גאנץ בקרוב, און אויף קומענדיגן זומער וועט מען שוין קענען הנאה האבן דערפון.

אידישער ווינקל: דאס הייסט די 59 שאסיי וועט אנהויבן דורכגיין קונסטרוקציע?

ר’ אהרן בנציון: יא, אבער נאכנישט ממש יעצט, מען האט אבער אויך באשטימט אז די בוי-ארבעט וועט ווערן דורכגעפירט אין די נאכט שטונדן אז עס זאל נישט שטערן די פארקער.

דערמיט האבן מיר געשלאסן אונזער שמועס. א דאנק ר’ אהרן בנציון פארן אראפגעבן פון צייט, פאר “אידישער ווינקל.”

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.