די פיליפ מאריס פירמע וועלכע פראדוצירט די מארלבארא ציגארעטן און אנדערע טאבאקא פראדוקטן, האט זיך ארויסגעלאזט מיט א פרישער קאמפיין איבער די גאסן פון ענגלאנד, וועלכע רופט אויפצוהערן רייכערן, און זיך ליבערשט באנוצן מיט די עלעקטראנישט ציגארעטן.
אנטי רויכערן ארגאניזאציעס האבן באלד אראפגעריסן דעם טלית-שכולו-תכלת’דיגן קאמפיין, זאגנדיג אז אין פאקט טוט די פיליפ מאריס פירמע פארקויפן אויך עלעקטראנישע ציגארעטן, און זיי שפרינגען ארויף אויפן וואגן נאכדעם וואס רויכערן איז דראסטיש געפאלן אין ענגלאנד, און שטעלט אהער א וואויל פנים, אין די צייט וואס זיי פארקויפן ווייטער ציגארעטן איבער די גאנצע וועלט.
“נישט אז די מעסעדזש איז נישט ריכטיג” האט א ווארטזאגער צום געזונטהייט ארגאניזאציע איבער רויכערן געזאגט פאר די ענגלישע פרעסע, “אבער עס איז א פאלשע זאך ווען א פירמע וועלכע טוט שטופן און פארקויפן אזויפיל ציגארעטן איבער די וועלט, זאל פלוצים קומען פארציילן ווי גלייך זיי עפענען דא עפעס א פרישן בלעטל, און הערן אויף מיט זייערע ביז יעצטיגע פארקויפונגען”…
“די רעגירונג’ס קאמפיינס האבן געהאט סוקסעס און אפגעשטעלט א ריזן טייל פון די רויכערן איבערן לאנד” האט דער ווארטזאגער זיך געאייסערט. “זיי שפרינגען ארויף אויף דעם פאקט, און פרובירן צו רייטן דערויף און עס איינקעשן. זיי מיינען גארנישט מער ווי ביזנעס, קיינער זאל דערין נישט צווייפלען”.
דער פיליפ מאריס קאמפיין האט זיך אנגעהויבן מיט אן אדווערטייזמענט אויפן דעקל פונעם בריטישן “דעילי מיראר” צייטונג, וועלכע מוטיגט מענטשן צו אויפגעבן זייערע ציגארעטן אויף דרייסיג טאג אין א פרישער טטשעלענדזש, וויאזוי מ’רייצט היינט אויף די יונגווארג, און נוצן בלויז עלעקטראנישט ציגארעטן. אבער עס האט געברענגט גרויס קריטיק קעגן זיי.
איך וויל באקומען מעלדונגען און אימשך