אידישע נייעס

איד געשאסן געווארן אין לאס אנדזשעלעס

א ביטערע טראגעדיע האט פאסירט אין לאס אנדזשעלעס, ווען א איד איז ליידער געשאסן און אומגעברענגט געווארן ביי זיך אינדערהיים.

שכנים וואס האבן געהערט שיסערייען, האבן באלד אלארמירט די פאליציי, און ווען די פאליציי איז אנגעקומען האבן זיי געפונעם דעם איד א געשאסענער, און אן קיין צייכענעס פון לעבן.

לויט א באריכט אין ישיבה ווארלד נייעס, איז נאך איינער פרוואונדעט געווארן אינדערויסן פון די געביידע, דורך די זעלבע באנדיטן, און דער פארוואונדעטער איז אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.

די ‘מתעסקים’ ארגאניזאציע האלט קאנטאקט מיט די פאליציי זיכער צו מאכן אז עס קומט נישט צו כבוד המת, און דערווייל איז נאכנישט דורכגעפירט געווארן קיין ארעסטן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.