די אידישע געמיינדע אין קיוב, אקריינע, איז גאר שאקירט, נאכדעם וואס הרב משה אסמאן, דער רב פון איינע פון די גרעסטע צענטראלע שוהלן אין שטאט, האט געמאלדן אז עס איז געפינען געווארן אונטערהער און שפיאנאזש אפאראטן אייינגעפלאנצט אין בית המדרש.
דער רב האט באלד פארעפנטליכט א בריוו אין אוקרייניש, וואו ער פארציילט איבער דעם וואס די זיכערהייט וועכטער וואס דער שוהל האלט אויף, האבן אנטדעקט געהיימע אפאראטן, וואס זענען געווען העכסט געניט און פראפעסיאנאל פארשטעקט, און עס איז ממש נישט מערקבאר פארן אויג.
“איך מוז אויסדרוקן מיין טיפע זארג איבער די אקטיוויטעטן, וועלכע טוען נישט בלויז טשעפענען אונזער געמיינדע, נאר ברענגט צו אנטיסעמיטיזם, און אפעלירט דעם גאנצן פאלק”.
אויב איז דאס נישט גענוג, האט ער שפעטר צוגעלייגט אז די זיכערהייט וועכטער האבן אויפגעכאפט פארשידענע מענטשן וועלכע האבן נאכגעפאלגט פארשידענע באזוכער אינעם צענטראלן שוהל פון גיוב, וועלכע געפינט זיך אויף די שאטעה ראסטבעלי גאס.
הרב אסמאן פארלאנגט אן ערקלערונג פון די רעגירונג פארוואס זיי האבן אונטערגעלייגט די אפאראטן, און פארלאנגט א געריכט קעגן די פאראנטווארטליכע.
ווארטזאגער פונעם אוקריינישן רעגירונג האבן שארף געלייקנט אלע באשולדיגונגען, זאגנדיג אז עס האט מיט זיי קיין שייכות נישט.
דאס דערמאנט די צייטן אונטער קאמוניזם אין אקריינע, ווען אידן זענען נאכגעפאלגט געווארן דורך די סאוויעטישע פארבאנד, כדי צו זיכער מאכן אז זיי ווילן נישט “אונטערברענגען די רעגירונג”.