היינט איז מאנטרעאל געקומען אין די רייע צו ליידן פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן.
די מאנטרעאל פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער גאר א שרעקעדיגע העסליכע גראפיטי בילד, וואס איז אנגעפירקלט געווארן אויף די ווענט פונעם ארטיגן בעלזא’ער מיידל שולע.
די ‘חברים ונתנדבים’ ארגאניזאציע, אן אפטיילונג פונעם ארטיגן שומרים ארגאניזאציע, האט באקומען א באריכט אז די ווענט זענען אנגעפירקלט מיט שרעקעדיגע בילדער, און זיי האבן באלד אלארמירט די פאליציי.
אנקומענדיג אהין האבן זיי געטראפן א בילד פון א שרעק-ווארפענדער רוח וואס מען קען נאר פון די מיסטישע און דמיונות וועלטן, און ווי עס שיינט איז עס ארויפגעשמירט געווארן שוין מוצאי שבת, אבער היינט ערשט באמערקט געווארן, נאכדעם וואס די מיידלעך קומען נישט זונטאג אין שולע.
די פאליציי קוקט נאך די זיכערהייט קאמערעס און פרובירט נאכצוגיין די שפורן פון דעם פירקלער, און אים ברענגען צו גערעכטיגקייט.
דאס איז א טייל פון א לעצטיגער קייט פון אנטיסעמיטיזם וואס אידישע קהלות שפירן לעצטנס אויף די ביינער.