דער היימישער זשורנאליסט פון עמי מאגאזין אין די ווייסע הויז, ר’ אברהם יעקב טערקלטויב, באקאנט מיט זיין נאמען “טורקס”, האט היינט געפרעגט ביים פרעסע קאנפערענץ פון פרעזידענט טראמפ איבער די מידטוירם וואלן אויסגאנג, אן אומגעווענליכער פראגע.
“ווי שטארק איז דער באשעפער פארמישט אין דיין לעבן”? האט דער חסידישער זשורנאליסט געוואלט הערן אן ענטפער פונעם פרעזידענט…
טראמפ האט זיך נישט דערשראקן, נאר באלד געענפערט אז “דער באשעפער שפילט א גרויס ראלע אין מיין לעבן אלס פרעזידענט, אזויווי אין דאס לעבן פון זייער אסאך מענטשן וועלכע געפינען זיך דא אין צימער, אריינגערעכנט אונזער וויצע פרעזידענט מייק פענס וואס געפינט זיך דא”.
אין יענעם קאנפערענץ איז געווען א גאר דראמאטישע מאמענט, ווען דער פרעזידענט האט זיך שטארק צובייזערט אויפן CNN רעפארטער דזשים אקוסטא, און אים באוואשן גאר שארף פארנט פון אלע אנוועזנדע, און פילע קאמערעס אינעם צימער.
דער פרעזידענט האט אים נישט געלאזט ענדיגן זיינע פראגעס, און נאכדעם וואס ער האט געפרעגט איבער אן אויספארשונג איבער די טראמפ-רוסלאנד פארבינדונג, האט אים טראמפ געזאגט מיט כעס “געב מיר צו פירן דאס לאנד, און דו פיר ווייטער CNN, אז דו וועסט דאס גוט פירן וועט ענקערע ראטעס אפשר אויך ארויפגיין. דאס איז נישט קיין אויספארשונג. דו קענסט נישט רעספעקטירן די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטארין סענדערס, דו פירסט זיך אויף גרויליג צו מענטשן, הער אויף זיך אזוי אויפצופירן”…
ווען א צווייטער זשורנאליסט האט פרובירט צו פארטיידיגן אקוסטא, האט טראמפ געזאגט “צו זיין אמת’דיג, איך האב נישט ליב CNN, איר באריכט פאלשע נייעס, און דערפאר זענט איר די פיינט פונעם פאלק”.