די נעכטיגע מידטוירם וואלן איז געווען אזוי שטורעמיש, אז עס איז כמעט נישט געלייגט געווארן קיין געוויכט איבער איינע פון די מערסט מאדנע פאסירונגען אין אמעריקע וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט דורכאויס די וואלן…
עס איז נאכנישט קלאר וויאזוי עס איז געשען, אבער אין פאקט איז דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר קאנסול מעמבער אין נעוואדע – דעניס האפף – ערוועלט געווארן דורך זיינע שטיצער אין אמט, דריי וואכן נאך זיין טויט!
וויאזוי פאסירט אזא זאך? איז דאס געזעצליך? שטעלט זיך ארויס אז יא, עס איז געווען אלעס לויט די געזעץ, זעט אויס זיינע וויילער האבן געוואלט א קאנדידאט פון וועמען מען וועט נישט הערן צופיל…
מענטשן ווילן וויסן אין אזא צייט: וואס טראכטן די וויילער וואס וועלן אריין א טויטער פארשוין אין אמט? ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דאס געווען א קלוגער שריט פון רעפובליקאנער וויילער, אנצוהאלטן מאמענטום אין די סטעיט. און וויבאלד האפף קען נישט אנהאלטן זיין שטעלע, וועלן זיך די איבעריגע קאנסול מעמבער צוזאמענעמען און דיסקוטירן ווער עס וועט באקומען דעם בענקל.
לויט ווי די נעוואדע לאקאלע נייעס קאנאלן זאגן, איז האפף געשטארבן פארלאפענעם אקטאבער 16 אין עלטער פון 72 יאר, און האט באקומען א זיג פון 68.3 פראצנט שטימען, באזיגנדיג באקוועם זיין אפענאנט לעסיא ראמנאוו.
און וויאזוי רעאגירן די נעוואדע איינוואוינער דערויף? “אויב וואלט ער געלעבט, וואלט ער נישט געהאט א שאנס צו באקומען מיין שטימע” זאגט איינער פון די איינוואוינער היינט פאר די בריטישע דעילי מעיל.
“איך האב נישט קיין פראבלעם אז ער געווינט עס ווען ער איז טויט, און האט נישט וואס צו טון דערמיט. איך קען אסאך מענטשן וואס האבן פאר לאנגע יארן געשטימט פאר רעפובליקאנער, אבער דאס יאר האבן זיי באשלאסן צו שטימען פאר דעמאקראטן. נאר נאכדעם וואס ער איז שוין טויט, האבן זיי געשפירט אז זיי קענען שטימען פאר האפף מיט א רואיג הארץ, נישט שפירנדיג דעמיט קיין שום שולד-געפילן”…
proving another time today’s crazy world