די פאליצייאישע גרעניץ קרעפטן פון מדינת ישראל האבן מיט די הילף פון די אגריקולטור אגענטור אנגעהויבן אן אקציע, צו נאכגיין און פארכאפן קעמלען און אנדערע באשעפענישן, וועלכע דרייען זיך אין די ליידיגע טעריטאריעס פון די נחל צין געגנט.
ווי א ווארטזאגער פון די פאליציי זאגט, האבן זיי שוין באוויזן אינעם ערשטן טאג צו פארכאפן אזויפיל ווי 22 קעמלען, און 10 פון זיי זענען אוועקגעפירט געווארן אונטער גראטעס.
באזונדער איז ארעסטירט געווארן א 28 יעריגער מאן וואס האט אטאקירט א געזעץ היטער, וועלנדיג באפרייען א קעמל וואס די פאליציי האט פארכאפט. ער ווערט אנגעקלאגט אין סטראשונקעס, אטאקירן א געזעץ היטער, און אריינשטעלן באשעפענישן אין געפאר.
די באשעפענישן זענען אנערקענט אלס אזעלכע וואס שטעלן א געפאר פאר מענטשן, שפאצירנדיג אויף די שאסייען און צומאל שעדיגן זיי אויך פארבייגייער אויף די וועגן און שטעגן. עס פאסירן אפטע עקסידענטן וואס ענדיגן זיך טראגיש א דאנק די שפאצירענדע קעמלען אין געגנט, און עס האט שוין געברענגט צו פילע טויט פעלער.