די ענדגילטיגע וואל-רעזולטאטן פון די מידטוירם וואלן האבן געשאנקען פאר די דעמאקראטן די קאנגרעס וואס זיי האבן שוין נישט פאר אכט יאר, און די רעפובליקאנער האבן פארשטערקערט זייער מערהייט אין סענאט. פאר פרעזידענט טראמפ איז דאס געמישטע רעזולטאטן, אבער עטליכע קלארע זאכן האבן זיך ארויסגעשיילט דורכאויס דעם דראמאטישן נאכט, וואס די פאראייניגטע שטאטן האבן נארוואס מיטגעלעבט.
אנקעטעס: די טראמפ געווינס אין 2016 איז געווען עפעס וואס האט איבעראשט די פאראייניגטע שטאטן און די גאנצע וועלט, צייגנדיג אז די אנקעטעס ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און אלע פאראויסשאצונגען האבן זיך געענדיגט מיט א גרויסן גארנישט. אנדערש איז אבער געווען נעכטן, ווען די שאצונגען און אנקעטעס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מער-ווייניגער ריכטיג, עס איז געווען ערווארטעט אז די דעמאקראטן זאלן איבערנעמען קאנגרעס, און רעפובליקאנער זאלן פארשטארקן זייער מערהייט אין סענאט.
טראמפ: דער הויפט שפילער אין די מידטוירם וואלן איז געווען פרעזידענט טראמפ, אנדערש ווי ביז היינט וואס פרעזידענטן האבן נישט געשפילט קיין ראלע אין די מידטוירמ’ס. ווען טראמפ האט גערעדט איבער די סוקסעספולער נאכט אין טוויטער, האט ער נישט סתם געזאגט עפעס כדי נישט אויסצוזען א פארלירער, ער האט אינוועסטירט שווערע כוחות און גרויס הארעוואניע אפצושטעלן דער מעכטיגער “בלויע כוואליע” מיט וואס די דעמאקראטן זענען געווען פארנומען, און עס איז אים געלונגען אין גרויסן. די דעמעקראטן האבן פאנאזירט איבער א רעוואלאציע אין סענאט, א זאך וואס איז נישט געשען.
דעמאקראטן: אויב וואלטן די דעמאקראטן פארלוירן יעצט די קאנגרעס, וואלט זיך די פארטיי נישט געקענט אזוי שנעל צוריק כאפן. יעצט האבן זיי א געלעגנהייט צו פארביטערן דאס לעבן פון פרעזידענט טראמפ, מיטן שפרינגען ארום די מולער אויספארשונג, ברענגען עדות’שאפטן, פארלאנגען טראמפ’ס טעקסט ריטוירענס, און פארשן זיינע פארבינדונגען מיט רוסלאנד און סאודי אראביע. פון יעצט און ווייטער דארף טראמפ זיך אויסגלייכן מיט זיי אויף סיי וועלכע געזעץ, א זאך וואס וועט אים זייער שווער אנקומען.
תירוצים: פון די צווייטע זייט קומט ארויס א גוטע זאך פון די וואל רעזולטאטן פאר טראמפ, נאכדעם וואס יעצט האט ער א געגאנסענע תירוץ פאר יעדע פאליסי וואס ער פאלט אדורך, אז ער האט שווער געארבעט עס אדורכצופירן, אבער די דעמאקראטן אין קאנגרעס האבן דאס צושטערט. ביז היינט האט ער נישט געקענט זאגן דעם געלונגענעם ענטפער, נאכן פארמאגן קאנטראל אויף ביידע הייזער, אבער פון היינט און ווייטער זענען דעמאקראטן אין אלעם שולדיג, פון נישט בויען א וואנט ביים מעקסיקאנער גרעניץ, נישט אפשטעלן די פלייץ פון אומלעגאלע אימיגראנטן, שוועריקייטן אין עקאנאמיע. דאס וועט זיין טראמפ’ס וואפן צו בלייבן אויפן זיץ אין 2020, שפילדניג אלס דער רחמנות.
2020 וואלן: די מידטוירמ’ס איז פארטיג, אצינד הייבט מען אן זיך צו גרייטן אויף אויף די קומענדיגע וואלן, אין יארע 2020, וואו מען וועט אריינוועלן פון פריש קאנגרעס, און א דריטל סענאט, פארשטייט זיך אז אויך א פרעזידענט. דער רעפובליקאנער פרעזידענט פארטיי נאמינירטער איז קלאר – פרעזידענט טראמפ. אבער דעמאקראטן האבן נאכנישט קיין קלארער קאנדידאט, זיי וואקלען זיך נאך צווישן א קאנסערוואטיווער קאנדידאט וועלכער וועט שלעפן די וויילער מער צום צענטער, און צווישן א מער לינקער וואס וועט שלעפן די יונגע וויילער, איינער אזויווי בערני סענדערס.
דורכפאל: מיט די זיג וואס דעמאקראטן האבן אפגעהאלטן, זענען עטליכע וויכטיגע קאנדידאטן וואס די רעפובליקאנער פארטיי האט געלייגט אויף זיי גרויס האפענונג אז זיי וועלן אויפרישן דעם באזע פון אירע שטיצער, היבש דורכגעפאלן. ענדרא גילאם וואס האט געהאפט צו געווינען די גובערנאטארשאפט אין פלארידע האט פארלוירן כאטש וואס די אנקעטעס האבן אים געגעבן א גוטער שאנס. אזוי אויך איז דער קעגנער פון טעד קרוז, דער דעמאקראטישער בעטא אוראראק וואס האט גאר העפטיג קאמפיינט מיט די הילף פון דעמאקראטן, דורכגעפאלן.
פארמעסט: פרעזידענט טראמפ איז מער נישט אנגעוויזן אין איין סענאטאר דזשאן מעקיען, צו קענען איינשטעלן א נייעם ריכטער אין העכסטן געריכט, אדער ביים איינפירן א נייעם געזעץ. אין סענאט האט ער טאקע א מערהייט, אבער דאך האט ער דארט אזא רעפובליקאנער סענאטאר ווי מיט ראמני פון יוטא, וועלכער האסט פראזידענט טראמפ, און זאגט אז ער האט געוועלט פאר פאראנטווארטליכקייט און יושר, וואס יעדער פארשטייט וועמען ער צילט מיט די פיילן.
דורכברוך: עטליכע רעקארד’ס זענען געבראכן געווארן דורכאויס די נעכטיגע וואלן. מער יונגע קאנדידאטן זענען ערוועלט געווארן, אזוי אויך מער פרויען זענען אריינגעוועלט געווארן אין אמט. באזונדער זענען צום ערשטן מאל ערוועלט געווארן צוויי מוסלעמענער פרויען, א פאלעסטינע און א סאמאליע אפשטאמיגע. ביידע זענען זיי גרויסע קעגנער פאר מדינת ישראל. אזוי אויך איז ערוועלט געווארן א ווייסער נעא-נאצי ביי איינע פון די רעפובליקאנע שטעלעס. א גרויסער צאל פון זיצן זענען פארנומען דורך אידיש אפשטאמיגע.
קעווענאו אפעקט: דער קאמף וואס האט זיך אפגעטון איבער די נאמינאציע פונעם סופרים קארט ריכטער ברעט קעווענאו האט אפעקטירט די וואלן, נאכדעם וואס אלגעמיינע מענטשן זענען געווארן זייער בייז זעענדיג ווי דעמאקראטן האבן גענומען אן אומשולדיג מענטש, און באשולדיגט, באשמיצט און גע’רודפ’ט מיט לעכערליכע און קראנקהאפטע קלאגעס, כאטש וואס עס האט געהאט גאר ווייניג דעקונג. די אויפברויז האט איבערגערינען אין די וואל בודקעס, פיר דעמאקראטישע סענעטארן וואס האבן געשטימט קעגן קעווענאו, האבן פארלורן אין די פארמעסט, און דער איין דעמאקראט וואס האט געשטימט פאר קעווענאו האט געווינען.
גובערנאטארן: מען קאנצענטרירט זיך בעיקר אויף די סענאט און קאנגרעס, אבער מען דארף באטראכטן די פאקט אז אין די גובערנאטאר פאלאצן האבן די דעמאקראטן אפגעהאלטן אפאר וויכטיגע געווינסן, איבערהויפט אין די לענדער וואו טראמפ האט פאר צוויי יאר צוריק באקומען מאמענטום. דאס ברענגט אויף שפעקולאציעס צו די שטאטן וועלן אין 2020 שטימען פאר דעמאקראטן, וואס דאן האט טראמפ א שוואכערע שאנס פאר ווידערוויילונג.