לאקאל און נאציאנאל פאליטישע נייעס און ארטיקלען

דעמאקראטן נעמען איבער קאנגרעס קאנטראל – רעפובליקאנער האלטן ווייטער סענאט

נאך די גאר היציגע וואל פארמעסטן נעכטן אין די מידטוירם וואלן, האבן סיי די רעפובליקאנע פארטיי און סיי די דעמאקראטישע פארטיי, אפגעהאלטן א זיג, און אצינד האט יעדער ווייטער שטאף אנצוהאלטן מאמענטום ביי זיינע שטיצער.

די דעמאקראטן ערלויבן זיך שוין ענדליך צו שמייכלען, נאכן וויינען און פארפירן פאר אכט יאר, וואס זיי זענען די מינאריטעט אין קאנגרעס. לויט די רעזולטאטן האבן די דעמאקראטן אצינד איבערגעומען מינימום 23 זיצן אינעם קאנגרעס, און האבן באוויזן צו האבן דאס מערהייט פון די 435 זיצן.

רעפובליקאנער האבן פארשטערקערט זייער אויבערהאנט אינעם סענאט, קאנטראלירנדיג אמווייניגסטנס 53 זיצן, אבער די קאנגרעס האבן זיי אצינד פארלוירן.

פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט געשריבן אין זיין טוויטער קאנאל “א געוואלדיגער סוקסעס היינט נאכט, א דאנק אייך אלע”. דער פרעזידענט האט אינוועסטירט גאר אסאך כוחות אפצוהאלטן די אזוי גערופענע “בלויע כוואליע” פון וואס דעמאקראטן האבן גערעדט די לעצטע שטיק צייט אז עס וועט פארפלייצן די שטים בודקעס מיט א מעכטיגע זיג פאר דעמאקראטן, און זיינע כוחות האבן זיך אויסגעצאלט אין סענאט, וואס האט דאס לעצטע ווארט ביי אסאך וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.

מיט דעם אלעם גייט יעצט פרעזידענט טראמפ אנהייבן צו שוויצן און דורכגיין שווערע טעג, נאכדעם וואס דעמאקראטן האבן באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל אין קאנגרעס, און האבן קלארגעשטעלט אז זיי גייען אים שטערן אויסצופירן זיינע אגענדעס, עפענען אויספארשונגען קעגן אים, און אפילו אנהייבן די אימפיטשמענט פראצעדורן. די אימפיטשמענט וועט ווארשיינליך נישט דורכגיין אזוי שנעל, וויבאלד רעפובליקאנער פארמאגן אצינד סענאט, וועלכע קען באשיצן דעם פרעזידענט דערפון.

לויט באריכטן האט פרעזידענט טראמפ אנגערופן נענסא פעלאסי, די מערהייט פירער פון קאנגרעס, און איר גראטולירט אויפן געווינס פון איר פארטיי. פריער אביסל האט פאלאסי גערעדט א זיג רעדע, זאגנדיג אז עס קומט “א נייע טאג פאר די פאראייניגטע שטאטן. די דעמאקראטישע מערהייט וועט ארבעטן פאר די אמעריקאנע בירגער”. צווישן אנדערע האט זי ארויסגעברענגט ווי וויכטיג איז פאר אמעריקע צו זיין פאראייניגט, “די אמעריקאנער זענען שוין זאט פון צוטיילונג, און ווילן אז מען זאל ארבעטן צוזאמען זיי צו פארבעסערן דאס לעבן”.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.