צווישן די 100 זיצן אין סענאט, איז פארהאנען דאסמאל ארום 35 זיצן אויף וואס מען שטימט. די איבעריגע 65 בלייבט וויאזוי עס אזי געווען ביז היינט.
די רעפובליקאנער האבן ביז יעצט 51 קעגן די 49 וואס די דעמאקראטן פארמאגן אין סענאט, דאס מיינט אז אויב ווילן די דעמאקראטן איבערנעמען סענאט, דארפן זיי אוועקנעמען 2 זיצן פון די רעפובליקאנער.
אבער דאס איז ווייט פון א לייכטע זאך: צווישן די 35 זיצן, זענען פארהאנען 26 דעמאקראטן און בלויז 9 רעפובליקאנער. דאס מיינט אז נישט בלויז וואס די דעמאקראטן האבן שוואכע שאנסן צו פארכאפן די זיצן, קענען זיי דא גאר פארלירן מיט אן ערנסטקייט עטליכע זיצן וואס זיי האלטן יעצט אן. און יא, עטליכע פון די 26 פארמעסטן אויף זיצן וואו עס זענען דא יעצט דעמאקראטן, איז פארהאנען גרויסע שאנסן אז זיי גייען יעצט דערלייגן די זיצן.
לויט ווי קאמענטאטארן זאגן, וועט אויך א גלייכע פארמעסט פון 50-50 נישט זיין קיין גוטע נייעס פאר דעמאקראטן, ווייל אין אזא פאל איז דער וויצע פרעזידענט דער וועלכער איז מכריע די שטימעס, און אין אונזער פאל איז עס מייק פענס, א רעפובליקאנער, וואס וועט ווארשיינליך אויסגלייכן דעם וואגשאהל אויף די רעפובליקאנער זייט.
צו קענען באקומען דאס מערהייט אינעם קאנגרעס, זיך רעכענענדיג מיטן פאקט אז די ביז יעצטיגער קאנגרעס פארמאגן די רעפובליקאנרע 240 זיצן און די דעמאקראטן 195 זיצן, דארפן די דעמאקראטן אבאכט געבן אויף א צאל זיצן וואס זיי פארמאגן יעצט, און נאך אוועקשלעפן 23 זיצן פון די רעפובליקאנער.
לויט פארשידענע באריכט, זענען דא וואס האלטן אין די וויסע הויז אז עס איז בעסער פאר די רעפובליקאנער צו פארלירן קאנטראל אין קאנגרעס, ווי איידער צו האבן בלויז א קליינע מערהייט דארט, וויבאלד דאס וועט שווערער מאכן פאר די רעפובליקאנער, און זיי האלטן שולדיג אין סיי וועלכע דורכפאל.
עס זענען אויך דא רעפובליקאנער וואס גלייבן אז די גלוסטעניש פון די דעמאקראטן צו עפענען אויספארשונגען אויף פרעזידענט טראמפ, וועט העלפן פאר די רעפובליקאנער אין די פרעזידענטליכע וואלן אין יאר 2020, וויבאלד זייער אסאך אומבאשלאסענע וויילער וועלן ווערן ברוגז אין פאל מען וועט אימפיטשן דעם פרעזידענט, און שטימען פאר טראמפ כדי אים צו מחזק זיין פון די רדיפות.
אין די ווייסע הויז האלט מען אז אויב וועלן דעמאקראטן איבערנעמען קאנטראל אין קאנגרעס, וועלן די רעפובליקאנער זייער לייכט קענען ארויפשמירן אלע דורכפעלער אין וואשינגטאן אויף די דעמאקראטן.