אידישע נייעס בילדער

שוידערליך: פריש אנטדעקטע בילדער פון קריסטאל נאכט

אין ענדע פארלאפענע וואך האט מען אפגעצייכנט 80 יאר פון די ביטערע קריסטאל נאכט וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם נאכט צווישן נאוועמבער 9 און 10 אין יאר 1938, ווען די נאצישע חיות ימח שמם, האבן געמאכט א בלוטיגע פאגראם איבער אלע דריטע רייך געביטן.

די רוצחים האבן אונטערגעצינדן הייזער, געשעפטן און אידישע בתי מדרשים, ישיבות, און אזוי ווייטער. די שרעקליכע נאכט איז פארבליבן מיט איר נאמען “קריסטאל נאכט”, וויבאלד די פילע שטיקער גלאז פון אויסגעהאקטע שויבן האבן זיך פארשפרייט מיט שאנדע איבער די גאסן, און געפינקלט אין דעם פינסטערן נאכט.

טויזנטער אידישע געשעפטן זענען געפלינדערט און פארניכטעט געווארן, לויט פארשער קומט עס אן צו איבער 1,400 שוהלן וואס זענען חרוב געגאנגען. די קרבנות האבן זיך געציילט צווישן 1,300 און 2,500 נפשות, געוואנדן וועלכע פארשער’ס ווערסיע מען וויל אננעמען. אין פאקט איז דער קריסטאל נאכט געווען דער סאמע ערשטער ארגאניזירטער שריט וואס די נאציס האבן געטון, און דערמיט אויספרובירט די וואסערן, צו גיין ווייטער מיט זייער פארשאלטענע ‘אידישע לעזונג’ פון אויסמעקן כלל ישראל רחמנא ליצלן.

א אידענע וואס וואוינט אין אמעריקע מיטן נאמען אביטל, האט אויפגעדעקט צום אכציגסטן יארטאג א ברייטע גאלאריע פון בילדער וואס זענען נאכנישט פארעפנטליכט געווארן ביז היינט, וואו מען באקומט א נענטערן בליק אויף די שרעקליכע חרבנות וואס די נאציס האבן אנגעמאכט דורכאויס דעם קריסטאל נאכט.

די בילדער זענען געכאפט געווארן אין שטאט נירנבורג דורך נאצישע זשורנאליסטן. זי האט געפינען די בילדער צוזאמען מיט איר מאמע און שוועסטער, אין אן אלבום אין שטוב פון זייער באבע, ווען זיי האבן אויפגערייניגט איר שטוב נאך איר טויט, פאר צוויי יאר צוריק. דער זיידע איז געווען א סאלדאט אין די אמעריקאנער מיליטער וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג.

ווי אביטל פארציילט, האט דער זיידע נישט צופיל גערעדט איבער זיינע יארן אינעם אמעריקאנער ארמיי, און די פאמיליע האלט אז ער האט געארבעט אין די געהיים אגענטור. עס איז נישט קלאר פון וואו די בילדער זענען אנגעקומען צו אירע הענט.

אין די ערשטע בלעטער זענען פארהאנען בילדער פון אידישע הייזער וועלכע זענען געפלינדערט געווארן. מען זעט מענטשן מיט פידזשאמעס שטייען פארלוירן און פארשטיינערט, און נאציס שענדן און גנב’נען אידישע ספרים, וועלכע זענען שפעטער פארברענט געווארן. אזוי אויך איז דא בילדער וויאזוי זיי פלינדערן געשעפטן.

א שוידער כאפט אן, און א ציטער טרייסלט אויף אלע גלידער, זעענדיג וויאזוי זיי גייען אריין אין א בית המדרש און דרייען עס איבער. טלתים פליען אין אלע זייטן. דערנאך ברעכן זיי אויף די ארון הקודש, און נעמען ארויס מיט שאנדע די ספרי תורה צום שייטער הויפן, און די קרוינען צום רויב. דאן האבן זיי באגאסן די שוהלן מיט בענזין, און אונטערגעצינדן דעם שוהל.

פאלגענד איז טייל פון די בילדער וואס זי האט ארויסגעשטעלט:

קליקט אויפן בילד עס צו זען קלאר

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.