וואשינגטאן – זינט די וואל בודקעס האבן זיך געשלאסן דינסטאג נאכט, האבן זיך פארמערט די שמועות און שפעקולאציעס, אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט אן די רוסלאנד אויספארשונג, גייט אין די גאר נאענטע טעג ארויסשטעלן קלאגעס קעגן פרישע אינדיווידועלן.
מוללער האט זיך געהאלטן שטיל אין לויף פון די לעצטע וואכן בעפאר’ן וואל טאג, וויבאלד עס איז נישט געווען לעגאל אויסגעהאלטן אנצוגיין, ווייל ס’וואלט באאיינפלוסט דעם וואל אויסגאנג. אצינד אז די וואלן זענען פאראיבער, קען מוללער ווייטער אנגיין און אנקלאגן נאך מענטשן וועמען ער ווארט שוין א שטיק צייט צו קלאגן.
צווישן די שמועות וואס מ’הערט, איז דאס אז מוללער גייט אנקלאגן און ארעסטירן דאנאלד טראמפ דזשוניאר, פרעזידענט טראמפ’ס עלטסטער זון. א באריכט אין “וועניטי פעיר” זאגט אז דזשוניאר זאגט פאר זיינע ארומיגע אז ער ציטערט אז קלאגעס קענען קומען אין די גאר נאענטע טעג, און מעגליך אפילו היינט פרייטאג.