אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סיריע באפרייט משכונות פון אייסיס

דמשק – די סירישע ארמיי האט באפרייט א גרופע פון ניינצן פרויען און קינדער, וועלכע זענען פארכאפט און געהאלטן געווארן דורך אייסיס פאר די לעצטע פאר מאנאטן.

די טעראר גרופע האט פארכאפט די משכונות ביי אן איבערפאל וואס זיי האבן דורכגעפירט אין דער שטאט סאוויידא און אויף עטליכע דערנעבנדיגע ווילעדזשעס, וואו זיי האבן פארכאפט דרייסיג מענטשן און אומגעברענגט איבער צוויי הונדערט איינוואוינער אין א סעריע זעלבסטמארד אטאקעס.

לויט א סטעיטמענט פון דעם סירישן רעזשים, האט איר מיליטער געקעמפט קעגן א גרופע אייסיס טעראריסטן אין א מדבר נעבן דער היסטארישער שטאט פאלמיירא, און דערגאנגען אז דארטן באהאלט אייסיס א גרופע פון די משכונות, און מען האט זיי סוקסעספול באפרייט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.