וויליאמסבורג – די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז זיי האבן ארעסטירט צוויי פארשוינען, אין פארבינדונג מיט א ווילדע אנטיסעמיטישע אטאקע, וואס האט פאסירט פארלאפענעם שבת אויף א שוהל אין וויליאמסבורג.
די אטאקע האט פאסירט שבת נאכמיטאג ביים וואלקאנער ביהמ”ד, וואו א גרופע יוגנטליכע האבן אריינגעשאסן אן אייזערנעם שטאנג, וועלכע האט אויסגעשאסן א פענסטער אבער בחסדי ה’ קיינעם נישט געשעדיגט.
די פארשוינען זענען אויפגעכאפט געווארן אויף סורוועילענס, וואו מ’האט אויך געזען ווי זיי לויפן נאך א בחור’ל און ווארפן אראפ זיין הוט אויף דער ערד, בעפאר’ן אריינשליידערן דעם אייזערנעם שטאנג אינעם שוהל.