מישיגען – די אידישע געמיינדע אין דעטרויט, מישיגען האט אין די יעצטיגע טעג געגרינדעט איר אייגענע און ערשטע “חברה הצלה” ארגאניזאציע, זאגנדיג אז ס’פעלט זיך אויס וויבאלד די צאל אידישע איינוואוינער שטייגט כ”י אויף א מאסשטאבליכן פארנעם. “דעטרויט הצלה באשטייט פון אינדיווידועלן פון אלע עקן פון אונזער געמיינדע, וועלכע וואלונטירן זייער צייט און איבערגעגעבנקייט פאר הצלת נפשות, דאס ראטעווען לעבנס אין אונזער געמיינדע”, האט זיך געלייענט די אפיציעלע ערשטע מעסעדזש פון דער ארגאניזאציע.
ווי מען הערט, באשטייט שוין די ארטאדאקסישע ערליכע אידישע געמיינדע אין דעטרויט פון ארום צוויי טויזנט פאמיליעס, און ווי איינער פון די עסקנים האבן נעכטן ערקלערט, איז דאס א דאנק די וואוקס פון כוללים און מוסדות, וואס ברענגט אז ארטאדאקסישע פאמיליעס, וואס זוכן זיך צו באזעצן ערגעץ אינעם ראיאן, קלויבן אויס דעטרויט.
די ניי-געגרינדעטע דעטרויטער הצלה, האט באקומען זייער ערשטן רוף פארלאפענעם מוצאי שבת, אבער דערווייל שטעלן זיי נישט צו קיין טראנספארטאציע צו שפיטעלער, נאר זיי דערלאנגען ערשטע קריטישע הילף ביז ווילאנג די שטאטישע אמבולאנסן קומען אן צו דער סצענע. זאל מען הערן נאר גוטע בשורות.
קרעדיט: דער איד טעגליך