די פאליציי אין פלעטבוש פארשט אויס אן אינצידענט וואס האט פאסירט נעכטן, ווען עס איז געהערט געווארן שיסערייען גאר נאנט צום ישיבת ‘אור יצחק’ אין פלעטבוש.
דאס איז געווען אינמיטן וואס די בחורים האבן געהאלטן ביי סדר שלישי פון די ישיבה, ווען עס האט זיך געהערט א שיסעריי אין די גאס.
דער שיסער האט געצילט אויף א קאר וואו עס זענען געזעצן דריי מענער, און ארויסגעשאסן פון זיין ביקס פינף קוילן.
דער דרייווער – כאטש וואס ער איז געשאסן געווארן – האט ער נאך געהאלטן קאנטראל אויף דעם רעדל, און האט געקענט צופארן צום נענטסטן שפיטאל, וואו ער איז אונטערזיכט געווארן אויב ער איז עפעס געשעדיגט געווארן פון א קויל, אדער פון די אויסגעשאסענע גלאז.
לויט א באריכט אין ישיבה ווארלד נייעס האט מען פארשפארט די ישיבה געביידע אונטער שלאס און ריגל קורצליך נאכן שיסן פאר א וויילע, כדי דער שיסער זאל נישט אריינקומען. אבער די פאליציי האט בארואיגט די ישיבה זאגנדיג אז עס איז נישטא פארוואס צו מורא האבן.
די שיסער האבן אפגעטראגן פון ארט באלד נאכן שיסעריי מיט זייער קאר.