די פולישע מאנאשקע סיסיליא רושאק, וועלכע האט געראטעוועט אסאך אידן דורכאויס דעם ביטערן האלאקאסט, איז געשטארבן פארגאנגענע וואך, און נעכטן איז פארגעקומען איר באגעגעניש צערעמאניע אין ווארשע, פולינ’ס הויפטשטאט.
סיסיליא רושאק איז געשטארבן אין עלטער פון 110 יאר, און איז לויט א באריכט אין רויטערס געווען די סאמע עלטסטע מאנאשקע אין היסטאריע.
רושאק האט באהאלטן אידן וועלכע פלעגן זענען אנטלאפן פון די געטא, אין די קלויסטער נאנט צו ווילנע, דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג. זי האט באקומען א טיטל פון “חסידת אומות העולם” פון האלאקאסט אנדענק ארגאניזאציעס, און אזוי אויך פון די קאטולישע קירכע וואו זי האט געדינט.
באזונדער האט רושאק אויך געראטעוועט קינדער וואס זייערע עלטערן זענען קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן דורך די נאציס ימ”ש, און זיי באהאלטן אינעם שפייכלער פונעם קירכע.
ווי איבערלעבער פארציילן, איז רושאק געווען ממש ווי א מאמע פאר די אידישע קינדערלעך וועמען זי האט געראטעוועט, און זיך גאר שטארק געזארגט פאר זיי, ביז ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, און די קינדער האבן געקענט גיין פריי צום גרויסן וועלט.