דער גרעניץ צווישן די פאראייניגטע שטאטן און מעקסיקא איז שוין צוריק אפן נאך וואס מען האט דאס אפגעשטעלט פון אפערירן צוליב וואס די קאראוואן פון אימיגראנטן איז אנגעקומען צום גרעניץ.
אויפן בילד זעט מען סאלדאטן אין גרינע מונדירן מיט מיליטערישע טראקס ביים באוואכן דעם גרעניץ.
פאליציי פון אמעריקא און מעקסיקא אויף הויכע אלערט, צוליב די טויזענטער אימיגראנטן וואס האבן פרובירט שטורעמען דעם גרעניץ.
טרערן-גאז, אוטש!
מעקסיקאנער פאליציי לויפן אין פארקערטן ריכטונג פון די פאראייניגטע-שטאטן גרעניץ ווען די אמעריקאנער גרעניץ באאמטע האבן געעפנט א פלייץ פון טרערן גאז צו פארטרייבן די אימיגראנטן.
כאאס ביים גרעניץ!
עטליכע הונדערט מיטגלידער אין דעם מענטשן-קאראוואן יאגן אוועק פון די אמעריקאנער גרעניץ, זיך באשיצנדיג פון די טרערן גאז וואס ווערט געשאסן דורך די גרעניץ וואך-אפיצירן.
קאמפסגרייט! – בילדער וואס צייגן די מעכטיגע מיליטערישע אפעראציע ביים גרעניץ אין טעקסעס.
אלע סארט טראקס, דזשיפס, און מיליטערישע מאשינען, גרייט פאר יעדע סארט סיטואציע ביים גרעניץ.
די אימיגראנטן האבן צווישן אנדערע געהאלטן אין איין שרייען סלאגאנען ווי “מיר זענען נישט קיין קרימינאלן, מיר זענען שווערע ארבעטער”. פולע בילדער פון קינדער, פרויען און זאגאר אומגעזונטע מענטשן אין ראד-שטולן וואס זענען טייל פון די קאראוואן טראגן זיך ארום אויף די געזעלשאפטליכע מידיא נעצן.
Post Views:
950