א רוטינער פליה רייזע מיט א פריוואטע פליגער אין די הימלען העכער ניו זילאנד פארלאפענעם וואך, האט אנטפלעקט א נישט געשמאקע סצענע, פון 145 וואלפישן וועלכע זענען פארשוועמט געווארן צום ברעג פון אן איזאלירטער אינזל אינעם מעיסאן בעי געגנט.
די רעטונג לייט און די חיות-רעטער דעפארטמענט פון ניו זילאנד זענען באלד אלארמירט געווארן, און איבערגעקלערט די מעגליכקייטן צו ראטעווען די וואלפישן, וואס טייל פון זיי האבן נאך געלעבט.
ווי א ווארטזאגער פון די ארטיגע רעטונג’ס אגענטור זאגט, זענען דא גאר שוואכע שאנסן זיי צו ראטעווען, וויבאלד עס איז א ווייטער ארט פון די ציוויליזאציע, אזוי אז עס איז נישטא צופיל מענטשן, און די אלע כלים וואס מען דארף פאר אזא מעכטיגער אפאראציע איז נישט צו די האנט. די וואלפישן ווערן שוואכער און שוואכער, און כדי זיי צו ראטעווען פעלט אויס זיי איינצושלעפן.