עס טוט זיך אן איבערקערעניש אינעם גרעניץ פון מעקסיקא און די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס די קאראוואן וועלכע האלט שוין געשפאנט אמעריקע פאר די לעצטע שטיק צייט, איז אנגעקומען צום גרעניץ, וואו עס האבן שוין אפגעווארט די סאלדאטן וואס פרעזידענט טראמפ האט געשיקט אפצוהאלטן די “אינוואזיע” פון די אימיגראנטן וואס אנטלויפן פון האנדורעס.
דער קאראוואן מיט אימיגראנטן האבן זיך אויפגעפירט זייער ווילד, און פרובירט אדורכצורייסן דעם גרעניץ מיט כח. די גרעניץ וועכטער האבן געשפריצט אויף זיי טרערן גאז, און פרובירט צוריק צו האלטן די ווייטסטע וואס מעגליך.
לויט ווי די אימיגראנטן טענה’ן טוט אמעריקע אננעמען צו ווייניג אפליקאציעס פער טאג, וואס ברענגט אן איבערפלוס פון אימיגראנטן צום צייטווייליגן פלטים לאגער אינעם מעקסיקאנער שטאט טיכואנא. אויפן ארט געפינען זיך יעצט פינף טויזענט אימיגראנטן, און מען נעמט נישט אן מער ווי 100 אפליקאציעס פער טאג.
דער מעיאר פון טיכואנא האט פארלאפענע פרייטאג געמאלדן אז עס איז דא א הומאניטערישער קריזיס אין שטאט וואו עס וואוינען 1.6 מיליאן מענטשן, נאכדעם וואס זיי קענען זיך נישט ספראווען מיט די פלייץ פון אימיגראנטן וועלכע שטראמען אהין פון דרום און צענטראל אמעריקע אן קיין סוף.
אין ליכט פון דעם וואס עס איז אויפגעבראכן געווארן דער בלאקאדע וואס מעקסיקא האט געלייגט, האט די אמעריקאנער גרעניץ פאטראל געמאלדן אז זיי פארשליסן גענצליך די גרעסטע גרעניץ דורכגאנג צווישן אמעריקע און מעקסיקא, דער סאן דייעגא און טיכואנא גרעניצן.
פרעזידענט טראפ האט שוין אין די פארגאנגענהייט געבעטן פון מעקסיקא אז זיי זאלן צוריקהאלטן אימיגראנטן אריבערצוגיין די גרעניץ קיין אמעריקע. “עס וועט זיין זייער קלוג אויב וועט מעקסיקא אפשטעלן די קאראוואנען פיל איידער זיי קומען צום דרום גרעניץ” האט טראמפ געשריבן.
אמעריקע שטייט געשפאנט צו זען וואס עס וועט זיך דא אויסקאכן, נאכדעם וואס אימיגראציע איז איינע פון די סאמע וויכטיגסטע טעמעס פון פרעזידענט טראמפ’ס אגענדע.
וואס איז די פראבלעם צו זאגן אז קיינער קען נישט אריינקומען אין מיין דיינינגרום ”פאר” איך מאך אויף אים אן אונטערזוכונג אויב ער איז נישט קיין קרימינאל?
איך פארשטיי נישט די נארישע דעמאקראטישע טענה אז מען מוז האלטן אפענע גרעניצן…
איך ווארט אויף א זאכליכער ענטפער. הוידל בוידל איז נישט אינטרעסאנט.