א פרישער ווינט פון מלחמה הייבט אן בלאזן צווישן רוסלאנד אין אקריינע, נאכדעם וואס א רוסישער קריגס-שיף האט געעפנט פייער קעגן אן אוקריינישער מיליטערישער שיף, וועלכע האט פרובירט אריבערצופארן אין וואסערן נאנט צום קריימיע האלב אינזל, וואס רוסלאנד האט אקופירט אין יאר 2014 פון אוקריינע, און דאס איינגענומען אלס א טייל פון רוסישע טעריטאריע.
אביסל שפעטער זענען די רוסן געווארן נאך ווילדער, און האבן אטאקירט פרישע צוויי אוקריינישע שיפן, נעמענדיג די מאטראזן אין געפענגעניש. לויט אוקריינישע באריכטן זענען די זעקס געפאנגענע מאטראזן געטראגן געווארן אין געפענגעניש זייענדיג פארוואונדעט און צובלוטיגט.
פרעזידענט פעטרא פארשענקא פון אוקריינע האט היינט פארלאנגט פון רוסלאנד אז זיי זאלן זאפארט באפרייען די זעקס אומשולדיגע מאטראזן, זאגנדיג אז די ברוטאלע אקטן וואס רוסלאנד פירט אדורך קעגן די אוקריינישע פלאטע איז עפעס וואס פארלעצט די אינטערנאציאנאלע געזעצן, און אויסגערופן אז זיי גרייטן זיך מיט שטארקע קרעפטן זיך צו פארטיידיגן.
באזונדער האט אוקריינע אפעלירט צו די מערב וועלט אז זיי זאלן “אננעמען אלע מיטלען און טון די נויטיגע שריט אפצושרעקן די אגרעסיעס פון רוסלאנד, מיט פרישע און פעסטע סאנקציעס”.
די רוסישע פעדעראלע זיכערהייט אגענטור FSB האט געזאגט אז זיינע פאטראל שיפן האבן געכאפט דריי אוקריינישע שיפן נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין רוסישע טעריטאריע אן באקומען ערלויבעניש, און נאכן איגנארירן די רוסישע באפעלן אז זיי זאלן זיך זאפארט צוריקדגייען, האט מען זיי געמוזט אפשטעלן.
באזונדער האט די ווארטזאגער פון די רוסישע אויסערן מיניסטעריום באשולדיגט אוקריינע מיט פראוויקאציעס, זאגנדיג אז דער הויפט דיפלאמעט פון די אוקריינישע אמבעסאדע אין רוסלאנד, גייט אראפגערופן ווערן צום אויסערן מיניסטעריום, און אריינהייבן א קלינגעדיגן פסק.
ווי ערווענט האט רוסלאנד אקופירט די קריימיע האלב אינזל פון אוקריינע אין יאר 2014. אוקריינע און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע האט נישט מסכים געווען דערין, און נישט אנערקענט קריימיע אלס א טייל פון רוסלאנד. דורכאויס די יארן אנטוויקלט זיך א שטיקל קאלטע קריג צווישן די צוויי לענדער, צווישן די אוקריינישע און פרא רוסישע קרעפטן וועלכע ווערן אויפגעריסטעט דורך רוסלאנד, אויף דעם קריימיע האלב אינזל.
די נעכטיגע פאל האט אויפגעברענגט די אנגעצויגנקייט צו א פרישן שטאפל, נאכדעם וואס אין די לעצטע מאנאטן האט רוסלאנד אנגעהויבן צו דערקוטשען די יארן פון אוקריינישע שיפן אינעם געגנט פון קריימיע, כאטש וואס לויט די אינטערנאציאנאלער געזעץ מעגן ביידע זיך באוועגן דארט פריי. דאס ארט איז גאר א וויכטיגע פאר אוקריינע, נאכדעם וואס 90 פראצענט פון אירע עקספארטן פארן פון דארט אדורך, און עס איז דער איינציגסטער וועג צום שווארצן ים.
די אייראפעאישע פאראיין האט נעכטן פראקלאמירט אז “מיר ערווארטן פון רוסלאנד זיי זאלן צוריקגעבן פרייע באוועגונג פונעם ארט פאר אוקריינע, און פארלאנגען איינגעהאלטנקייט פון ביידע זייטן”.