א אינצידענט איז פארגעקומען אין אפארטמענטס גאר נאנט צום היימישן סטעמפארד הילל געגנט אין לאנדאן, ווען די אידישע איינוואוינער האבן באקומען א בריוו פון די הויז אייגענטומער, וואס פארלאנגט אז זיי מוזן זאפארט אראפנעמען די מזוזות פון די שוועלן, נאכדעם וואס “עס איז נישט אין איינקלאנג מיט די תנאים וואס מ’האט אפגעשמועסט ביים פארדינגען די דירה”, און “עס איז נישט ערלויבט אויפצוהענגען סיי וואס אויף די אינדערויסנדיגער טייל פונעם הויז.
אינעם בריוו קומט מיט א דראאונג “אויב וועט ארי נישט אליינס אראפנעמען די מזוזות, וועלן מיר שיקן מענטשן וואס זאלן עס אראפנעמען, און די קאסטן פון די וואס וועלן עס אראפנעמען, וועט דארפן באצאלט ווערן דורכ’ן איינוואוינער”.
די איינוואוינער – אידישע ווי נישט אידישע – האבן שארף פארדאמט דעם אינצידענט, שיקנדיג לופטערן דעם בריוו איבער די מידיע, טענה’נדיג אז אידן קענען נישט מקיים זיין זייערע רעליגיעזע געבאטן לויט די פארלאנג פונעם אייגענטומער.
די נישט אידישע שכנים זאגן אז עס שטערט זיי בכלל נישט די מזוזות, פאר קיינעם שטייט דאס נישט אין וועג, און עס איז א געפערליכער פארברעכן נישט צו ערלויבן אידן אויסצופירן זייערע רעליגיעזע געבאטן.
די איבערקערעניש האט אנגעהויבן אויפצוטוען, און דער מעיאר פון דעם געגנט האקאני האט זיך אריינגעמישט, וועלנדיג פארשטיין וואס אזאנס קומט דא פאר. למעשה ווי עס שיינט איז דאס געווען דורך א נייע ארבייטער וואס איז נישט באהאווענט אין קיין אידישע אנגעלעגנהייטן.
צוליב די סומאטוכע האבן זיך די אייגענטומער אנטשולדיגט, שרייבנדיג אז “מיר אנשולדיגן זיך אויף די בריוו וועלכע איז געשיקט געווארן צו טייל פון אונזערע קליענטן, אז זיי דארפן ארויסנעמען די רעליגיעזע אינסטרומענטן וועלכע הענגט אינדערויסן פון זייערע טירן, איבערהויפט די מזוזות”.
“די בריוו איז פון איר ערשטע מינוט עפעס וואס איז אפגעפרעגט, און שטימט נישט מיט אונזערע ביזנעס פרינציפן. מיר ווילן קלארשטעלן אז די איינוואוינער פון דעם בלאק דארפן נישט אראפנעמען זייערע מזוזות פון די שוועלן, און קיינער וועט אין אונזער נאמען דאס נישט קומען אראפנעמען”.
דער אויספיר פונעם בריוו איז: “מיר אנטשולדיגן זיך פאר די הארץ ווייטאג פון אונזערע אידישע קליענטן, און פארן גאנצן אידישע געמיינדע, מיר וועלן זיכער מאכן אז אזא זאך פאסירט נישט נאכאמאל, און אונזערע ארבייטער וועלן קלאר וויסן אז מיר טאלערירן נישט אזעלכע שטיק, כדי אזא זאך זאל נישט געשען נאכאמאל”.