איינוואוינער פון פלעטבוש און בארא פארק אטעמען אפ, נאכדעם וואס דער שווינדלער און עקסידענט גנב וועלכע האט דערקוטשעט די יארן פאר אידישע איינוואוינער, און פרובירט זיי אויסצוקוועטשן פון געלט, איז ענדליך געכאפט און ארעסטירט געווארן, מיט די הילף פון שומרים אין פלעטבוש.
דער פארשוין האט די לעצטע שטיק צייט פארמערט מיט זיינע שווינדלערישע שטיק, נאכדעם וואס ער האט געשפילט איינמאל און נאכאמאל ווי ער ווערט אראפגעקלאפט דורך אידישע קאר’ס, זיך אריינרוקנדיג נאנט צו די קאר’ס בשעת’ן פארן, און דערנאך געזאגט אז אויב גיבט מען אים געלט, וועט ער נישט רופן די פאליציי.
מענטשן וואס זענען דערשראקן געווארן אים צו זען הינקען און שרייען, האבן פארשטייט זיך אים געגעבן געלט, כדי זיך צו שפארן די קאפ ווייטאג וואס די פאליציי קען מאכן. דער שווינדלער האט איבערגעטון דעם שפיל פאר צענדליגע מענטשן אינעם געגנט, אידן ווי נישט אידן צוגלייך.
לעצטנס האט דער שווינדלער געזען אז די ביזנעס גייט אים גוט, האט ער באשלאסן צו עפענען א ברענטש… א פרישער שווינדלער – וואס איז ווארשיינליך זיינס א זוהן – איז אויך אריין אין דעם ליין, און אנגעהויבן צו שפרינגען אין קאר’ס, מאכנדיג גרויס געלט פון צושראקענע מאטאריסטן.
נאכן באקומען א באריכט איבער אזא פרישע אינצידענט פארלאפענעם זונטאג, האט שומרים אנגעהויבן צו נאכקוקן דעם פארשוין פון א זייט, און זעענדיג ווי ער פירט דורך די שווינדל נאכאמאל מיטן קומענדיגן קאר, האבן זיי אים באלד אראפגעהאלטן, ביז די פאליציי איז אנגעקומען.
אויף די דעש-קאמערע זעט מען קלאר ווי דער פארשוין שפרינגט אריין פארנט פון די קאר, און הייבט אן שפילן ווי ער איז ברוגז און פארוואונדעט. דאס איז הארטע באווייז קעגן דעם גנב.
ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט דער באנדיט פארדינט שווערע טויזענטער דאלארן פון זיין שווינדל, און מען זוכט נאך ארום זיין צווייטן ברענטש…