אין אן אנקעטע וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די CNN נייעס אגענטור, וואו עס זענען אויסגעפרעגט געווארן מער פון 7000 אייראפעאישע בירגער, שטעלט זיך ארויס אז אנטיסעמיטיזם אין אייראפע איז עפעס וואס ברענגט גרויס זארג, און די גרויסע צאל פון מענטשן וואס האבן אנטיסעמיטישע געדאנקען אין קאפ, איז עפעס וואס דערשרעקט אלע אייראפעאישע אידן.
די רעדע איז פון אן אנקעטע וואס אנאליזירט אנטיסעמיטיזם. ווי עס שטעלט זיך ארויס האלטן א גרויס טייל פון די אייראפעאישע אלגעמיינע איינוואוינער, אז אנטיסעמיטיזם איז א לעגיטימע און בארעכטיגטע זאך, און זיי זעען נישט דערין קיין שום פארברעכן אדער ערנסטע מענטשן רעכט פארלעצונגען.
מער ווי א פערטל פון די וואס האבן אנטייל גענומען אינעם אנקעטע, האלטן אז אידן פארמאגן אן איבערגעטריבענער מערהייט און קאנטראלירן די וועלט, און גלייבן אין קאנספיראציעס ווי גלייך די אידן זוכן צו פארכאפן די וועלט. אסאך פון זיי באשולדיגן אז די אידן האלטן קאנטראל אויף די פינאנציעלע מארקעט, און אנדערע פארפירן אז אידן האבן די פאליטישע וועלט אין אירע לייצעס.
איבער די האלאקאסט האבן בערך א דריטל נישט געוויסט בכלל אז עס איז געווען געצילט קעגן אידן, אדער איבער די אויסטערלישע רציחות קעגן אידן. פון די וואס האבן שוין יא געוויסט דערפון, קומט ארויס אז נישט נאר וואס מ’האט נישט סימפאטיע פאר די זעקס מיליאן קדושים, נאר מען נוצט עס גאר פאר א וואפן קעגן די אידן, מיטן טענה אז די אידן נוצן אויס די האלאקאסט צו שפילן רחמנות, און באקומען אויפמערקזאמקייט.